היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » חיים חייקלס קידוש לבנה אין די קרעטשמע

חיים חייקלס קידוש לבנה אין די קרעטשמע

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1664535

חיים_חייקל » 11/11/2005 01:50

א גוטן חודש... א גוטן חודש...
קומט אזוי 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' אריין אין די קרעטשמע מיט אן אויסגעגאסענעם פרייד אויף זיין פנים, עפעס א קלייניקייט, ער האט זוכה געווען מקבל צו זיין פני השכינה. אה... ב"ה ס'געווען א 'לבנה' עפעס אזאנס און אזעלעכס.

ס'געווילט אזוי פאר חיים חייקל'ן ארויס צו גיין אין א טובים מאורות'ל, אין א רקידה'לה, - כמנהג ישראל - ער קוקט זיך אזוי אום אין די קרעטשמע זיינע, ווארטענדיג אז די קרעטשמער'ס זאלן מיטקומען מיט אים אין זיין געטענץ, אבער ס'נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש, א ליידיגע קרעטשמע...

חיים חייקל שטעלט קודם א פלעשל 'מעיד' צום טיש, זעצט זיך אנידער און ווארט שוין קוים אויף די איבריגע קרעטשמער'ס זאלן פארביי גיין און דאן ארויס אין די רקידה'לה.

טובים מארות... טובים מאורות...

דא... דא... האט איר, גיסט אייך אן א גלעזל 'מעיד', מאכט א לחיים, און וואונטשט:

לחיים... לחיים...
א גוטן חודש

פענסטער » 11/11/2005 01:51

וואס פאלט דיר ביי אז איך בין נישט דא?

שנאפס » 11/11/2005 01:55

איך בין שוין נישט קיין מענטש?!
איך זיץ דא אנטקעגן דיר.

חיים_חייקל » 11/11/2005 01:59

חיים חייקל פרעגט:

נו אז איר זענט יא דא, פארוואס האט מען נישט געהערט פון אייך ביז היצט?

אדרבה, גיסט אייך אן א גלעזל 'מעיד' און לאזט איבער אייער וואונטש.

שנאפס » 11/11/2005 02:03

נא, סי גוט שכוח, איך טרונק שנאפס

חיים_חייקל » 11/11/2005 02:10

פאר חיים חייקלן איז קיין נפק"מ נישט צו איר זייט אייך מכבד מיט א גלעזל 'מעיד' צו מיט א גלעזל 'שנאפס'

והשתי' כדת אין אונס... כרצון איש ואיש...

דער עיקר זיין אויפגעלייגט מיט א שמייכל אויפן פנים...

גראף » 11/11/2005 02:39

דער גראף האט שוין מחדש און מקדש געווען די לבנה דינסטאג אויפדערנאכט, ווען אין ארץ ישראל איז שוין געווען זיבן גאנצע טעג. ווייל דער בעל תפילה האט גע'פסק'נט אז וויבאלד דער וועטער נביא זאגט פאר א רעגן אויף מיטוואך אווענט, און ביי חודש תשרי האט מען געווארט זייער לאנג און קוים קוים געכאפט די לבנה, זאל מען זיך מזרז זיין און מאכן דינסטאג אווענט. לחיים לחיים.

יענטאאש » 11/11/2005 02:52

אה... חיים חייקל, דאונט ווארי, אלע שמייכלען, אלע לאכן.

אפילו יאנוש האט אראפגעלייגט דעם בעזעם פאר א מינוט, און ער לאכט אויך........


[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 11/11/2005 02:54

יענטאאש
[בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 11/11/2005 02:55

יעדער שמייכלט, יעדער לאכט, אפילו מיין מאלפע וואס איר געדענקט פון מנחם מענדל'ס מעשה ביכל (נישט יענע וואס האט אויפגעגעסן די רענדלעך... די נייע וואס איך האב נאכדעם געקויפט) דרוקט זיך צום לאכן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 11/11/2005 02:56

פאר ווער עס לאכט צו שטארק
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 11/11/2005 03:08

יאנוש'נס חבר פעטקא לאכט אויך........


[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 11/11/2005 03:10

זיין טאטע וואלדעק לאכט אויך.....

תוקן על ידי - יענטאאש - 11/11/2005 3:10:34
[בילד – נישט אפגעהיט]

חיים_חייקל » 9/12/2005 01:39

...חזק ימלא משאלותינו אמיץ יעשה בקשתינו והוא ישלח במעשה ידינו ברכה והצלחה.
א גוטן חודש, א גוטן חודש.

קומט אזוי 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' אריין אין די קרעטשמע, ווען ער זינגט זיך נאך אזוי אונטער דעם טובים מאורות לידעל...

נו, חיים חייקל שטעלט מעיד צו קידוש...

לחיים, לחיים,
א פרייליכן ליכטיגן חודש פאר אלע אידן. אמן.

אבזרווירער » 9/12/2005 01:42

שלום עליכם - עליכם שלום!

פאר א פונקטליכע באדייט אויף דעם "עליכם שלום" וואונטש, זעהט מיין ניי געגרינדעטע פורום (נאכנישט אויף מסורת) מיטן נאמען "ידיעות"

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1707022

איר קענט פרובירן אריינצולייגן די ווארט מסורת אנשטאט היידפארק, דאס ארבעט געווענליך

יאנאש » 11/12/2005 19:51

שוין עס קוקט אויס אז קיינער קען מיך נישט דאהי, בטעות נאכנישט געלייגט א גוטן בילד פון יאנאש'ן.

פעדעקס » 11/12/2005 23:33

און אז מ'רעדט שוין פון שלום עליכם און קידוש לבנה דערמאן איך מיך א קשיא וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסען.

וואו קומט אריין שלום עליכם ביי קידוש לבנה?

צווייטענס, דארף מען עס זאגן פאר דריי מענטשן אדער איז גוט אויב מ'זאגט עס דריי מאל פארן זעלבן מענטש?

און רוב סידורים שטייט: ואומר לחבירו ג' פעמים, נישט ואמר לג' חברים.

התאחדות » 12/12/2005 00:50

אויף די ערשטע שאלע איז דאך פשוט, ווען איינער קומט פון די לבנה גיבט מען איהם א ברייטען שלום עליכם.

און איצט די צווייטע שאלע וואס מוטשעט דיר שוין פון לאנג, אין הכי טאקע, מ'דארף דאס נישט צו זאגן פאר דריי באזונדערע פערזאנען, סיז גענוג און נאך עס צו זאגן פאר א יחיד דריי מאל, און וואו פארשטייט זיך יענער זאל ענפערן דריי מאל, אבער היות סיפאסט דאך נישט, נעבן דעם יחיד שטייען דאך נאך געוויסע וואס זענען אקאורשט אראפגעקומען פון די לבנה, נו פאסט דאך זיי צו זאגן יעדעם עקסטער.

און איצט שטעלט זיך ארויס א דריטע שאלע וואס דאכצאך יאך האב שוין געזעהן רעדן דערפון, אויב אזוי פארוואס זאל מען נישט געבן פאר דעם גאנצן ציבור שלום עליכם, איז דא געוויסע וואס ענפערן, שיינע מאסע סיעט דאך ווערן אזא גערודער אז מ'עט קענען טויב ווערן, אבער לפיענ"ד איז דאס נישט קיין באגענוגענדיגע תירוץ ווייל לפי זה העט מען ווען געקאנט זאגן אז מ'זאל דאס צוטיילן אין צען אידען, דאס הייסט אז סיז גענוג אז מ'גיט שלום פאר א מנין, הגם מ'עט דאך יעמאלט נישט געוואוסט וועלכע צען אויסצופיקן, מ'וואלט אויסגעקוקט ווי נאטורליך ביי די קיטשענס, אבער לפי זה איז די פראבלעם ביי די דריי אויך, ואם כן הדרא הקושיא לדוכתיה.

איברא האב יאך געקלערט צו זאגן אזוי, אז לפי האמת העט מען ווען טאקע געדארפט צו זאגן פאר דעם גאנצן ציבור, נאר היות מ'איז גענגט אין צייט, דער הוילעם איילט זיך אהיים צו די בני בית, סשטיינס געזאגט, מ'קומט דאך הערשט פון די לבנה, נו דארף מען דאך זאגן פאר די בני בית ווי שיין ס'זעהט אויס, ממילא האט מען מתקן געווען אז מ'דארף נישט זאגן פאר דעם גאנצן ציבור, נו אויב אזוי וואס איז דער מספר פון דריי, העט מען ווען געדארפט מתקן זיין אז מ'זאל זאגן כאטש פאר צען מענטשן, איך העט דאס ווען איבערגלאזט מיט א צריך עיון, נאר היות דער עולם ווארט דאך צו הערן ממילא וועל איך מיך לאזן הערן.

וזה החלי:
באמת העט מען ווען געדארפט זאגן פאר דעם גאנצן ציבור, אזוי ווי די גמרא פרעגט שוין, מה ראי זה כראי זה וכו', (קרעמער די מקור ביטע) וואס איז זיין בלוט עפעס ווייניגער רויט פון דיין בלוט, נאר היות ווי אויבנדערמאנט, משום טירחא דציבורא, דער עולם דארף אהיימגיין צו די בני בית פארציילן וכו', ממילא דארף מען נישט זאגן פאר דעם גאנצן ציבור, נו איז דאך די קשיא פארוואס נישט פאר צען מענטשן? רבותי הערט אויס דאס איז א בליץ:
איך העט דאס ווען געלאזט מיט א צריך עיון אבער יאך וויל נישט אז מ'זאל נאך זאגן אילו הייתי שם ממילא וועל יאך יא ענפערן, סיז אזוי שטעלט אייך פאר סיקומט איינער פון יענע עק אייך זאגן שלום עליכם, נו וואלט איר דאך איהם אנגעקוקט ווי פון די לבנה אראפ, דאן וואלט דאך געהערט א צומישעניש, ווער דארף זאגן וועמען שלום עליכם, דער שואל אדער דער שומע, מילא דריי מענטשן האט דאך א יעדערער ארום זיך א דריי מענטשן וועמען ער זאל זאגן שלום עליכם, זיי וואלטן איהם נישט אנגעקוקט אזוי משוגע, ממילא האט מען מתקן געווען אז מ'זאל נאר פאר דריי אידן זאגן שלו' עליכם.

ווי פארשטייט זיך איינער האט צייט, איז טאקע נישט אויסשליסלעך אז ער זאל נאר זאגן פאר דריי אירע, אדרבה כל המוסיף הרי זה משובח - דריי מאל, (ביטע אויף די דריי מאל נישט פרעגן היינט, עוד חזון למועד)

כל זה נראה לענית דעתי ברור מתוך כל הפוסקים אחרונים, מ'קען זיך פארלאזן דערויף למעשה אם יסכימו אתי גדולי ההוראה בזמנינו.

פענסטער » 12/12/2005 01:53

סאכדעס'ל;

פארוואס האסטו מיר דעס נישט געלאזט וויסן בעפאר קידוש לבנה, יאך האב געהאט אזויפיל צייט נעכטן, און איך האב נאר געזאגט שלום עליכם פאר דריי מענטשן.

קרעמער » 12/12/2005 03:02

התאחדות;

איך האב מיטגעהאלטן דאס גאנצע קרעפ'ל פשט'ל דיינע, זאג מיר אבער ביטע שעהן, וויאזוי האסטו באוויזן דאס אראפצושיקן פון אויבן, מיט א קאסמאנאט? אדער א ספוטניק?

התאחדות » 12/12/2005 03:48

וואס הייסט פון אויבן?

קרעמער » 12/12/2005 05:58

ווייל פון דיינע ווערטער שיינט אז ביי קידוש לבנה קוקסטו אויף אראפ (אין אנדערע ווערטער, פאר די וואס האבן א נידריגע אייקיו: דו דרייסט זיך נאך אויף די לבנה).

התאחדות » 12/12/2005 19:34

אוקיי יאך האב ספעציעלע טלגראמע סערוויס פון די לבנה

cano » 12/12/2005 23:24

איך וויל וויסען אויב מדארף אליין זאגען עליכם השלום אדער דאס דארף די חבר ענטפערען

קרעמער » 12/12/2005 23:25

איך וויל אויך וויסן.. ביזדערווייל פיר איך זיך ווי אלע אידישע קינדער, מען זאגט: "שלום עליכם עליכם שלום שלום עליכם עליכם שלום שלום עליכם עליכם שלום" בשעת מען דרייט זיך הין און צוריק ווי ביי בואי בשלום.

התאחדות » 12/1/2006 00:23

חיים חייקל וואס הערט זיך די חודש?

טבת מאכט מען ניט קיין קידוש לבנה?