היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » 'אשכול' פאר מחאות- עוולות אין קרעטשמע

'אשכול' פאר מחאות- עוולות אין קרעטשמע

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1664568
בלאט: 1 2

זארעכפעפער » 11/11/2005 03:16

אזוי ווי ס'קומט פאר זייער אפט אומדערהערטע עוולות אין קרעטשמע, וועט מען קובע זיין א באזונדער "אשכול פאר מחאות", ווי אלע קרעטשמערס וועלן קענען לאזן הערן זייערע מחאות בנוגע א זאך וואס זיי זעען פאר א עוולה אין די קרעטשמע.

***
כעל טאקע זיין דער ערשטער.

וואס גייט דא פאר? א נייע אנשיקעניש!!!

זינט דער גראף האט זיך דא באזעצט אין אונזער קרעטשמע האט ער אונז אנגעהויבן צו באשענעקען אין יעדן אשכול מיט בילדער, ושתים רעות עשה:

איינס. ס'דא א עקסטערע אשכול פאר בילדער.

צוויי. וואס דאס איז דער עיקר, פשוט און גראד מ'פירט די אשכולות קיין פאפא... ס'פארדרייט די נושאים.

איך בין מוחה בכל תוקף ועוז. דאס מוז זיך אפשטעלן.

---
איכֿאפֿ אז כאב מיט די מחאה כאטש מסיר געווען דעם גרויסן כֿערוין אפֿ.

גראף » 11/11/2005 03:18

OUCH
[בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 11/11/2005 03:19

זרחל, איך בין נאכנישט פארטיג מיט דיר.

גראף » 11/11/2005 03:20

אוי די בילד איז נעבעך אראפגעבליבן, דא האט איר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

שנאפס » 16/11/2005 23:32

איך בין מוחה
היות יאנאש איז היינט נישט אריינגעקומען האט איינער אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיך פארשטעלט ווי יאנאש, ער איז אליינס מודה אז ער איז נישט יאנאש, אבער ער וויל נישט זאגן ווער ער איז יא

[בילד – נישט אפגעהיט]טוה אויס דעם מאסק!!!![בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - שנאפס - 16/11/2005 23:33:46

בןהרחמן » 16/11/2005 23:39

קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא [בילד – נישט אפגעהיט]

יאנאש » 16/11/2005 23:41

SHNAPS what do u care who is the bartender as long u get what u ask??? ha
BEN_HORACHMEN im not SHNAPS

שנאפס » 16/11/2005 23:45

בןהרחמן

וואס האט דאס געדארפט צו מיינען

יאנאש

און פארוואס שעמסטו דיך מיט דיין נאמען, הא.

בןהרחמן » 16/11/2005 23:48

אויף ענגליש האסטו יא פארשטאנען וואס איך און אויף אידיש נישט אתמהה???? [בילד – נישט אפגעהיט]

יאנאש » 16/11/2005 23:55

ALO MY im not SHNAPS

קרעמער » 17/11/2005 00:08

בן הרחמן;

ווען איך האב אראפגעלייגט א חשד אויף חי וקים און גם זו אז זיי זעהן זיך נאר ווען איינער פון זיי קוקט אין שפיגל, האב איך דאס באזירט אויף פאקטן, איך האב געברענגט ראיות און הוכחות דערצו (איך בין נאך אלץ איבערצייגט אז זיי זענען איינס און דאס זעלבע).

וואס זענען דיינע ראיות אז שנאפס איז יאנוש?

פענסטער » 17/11/2005 01:51

איך בין מוחה אויף דע (אומ)דערהערטע חוצפה, דא האט זיך היינט אריינגערוקט איינער, ער רופט זיך "יאנוש", און ער האט אנגעפאנגען צו שרייבן אויף ענגליש....... און גארנישט.......... אלע קרעטשמע זיצער'ס האבן אים צוריק גענטפערט און ענגליש......

(איך דארף עס ווען אפשר שרייבן מיט איינע פון מיינע אנדערע ניק'ס... אבער איך האב נישט יעצט קיין געדולד צו טוישן. ואתכם הסליחה)

קודם האב איך געמיינט אז אפשר קען ער נישט קיין אידיש, אבער איך זעה דאך אז ווען ער וויל קען ער, ע"כ קומען מיר ארויס מיט א הילכיגע מחאה.

gishmoker » 17/11/2005 07:45

מחה תמחה את זכר,
הברירה בידך למחות את מה שכתב.

באגב, איך גלייך אביסל א טויש. פארדעם האב איך מיר לעצטענס געוואלט טוישן ניק...


ביזדערווייל דא האסטו פאר דיין גוטן ארבעט דא אין קרעטשמע...







[בילד – נישט אפגעהיט]

יאנאש » 17/11/2005 18:43

good morning WINDOW
i know its not right to type in english, but i have here a problem with my computer so or i dont say anything or i type in english
but u r right about the other members in here y do they have to use english? i want to MOSER MODUA that B"H i understand yiddish very well


תוקן על ידי - יאנאש - 17/11/2005 18:44:38

פענסטער » 17/11/2005 19:26

יאנאש;

נעכטן האסטו אבער יא געשריבן אפאר ווערטער אין אידיש, און בכלל וויאזוי האסטו דיך געגעבן דעם נאמען, אויב די האסט נישט קיין אידיש?

אלענפאלס, איך מיין אז אידיש וואלטסטו נישט אזוי גיט געשריבן, סאו שרייב ווייטער ענגליש.

יאנאש » 17/11/2005 19:37

thank you WINDOW for the compleiment that u like how i write (atleast in english) and about my name i told here once that i didnt opened it i got it from someone else
and about the few words i typed yesterday in yiddish i have to say thank you in public for one of our TEIRA SHRIEBERS here that he had send me an online keyboard so i can type in my name and i used it in the begining but it was to hard so i switch back

mefikel » 17/11/2005 20:17

ב"ה

הנני מצטרף עם ידידי היקר הרבני הנפוח, מפיח מן החלונות כמאמר הכתוב צהר תעשה לקרעטשמע, למחות בכל תוקף ועוז נגד האי איש בליעל מעם לועז (עי' בקרעטשמע לעיל ביאור המלה) אשר גם בלשונו הזר לא שימש כל צרכו, וכעובר אורח נכנס בקרעטשמעתינו מלובש בבגדיו הצואים, ובלשונו המגומגם צועק ככרוכיא "מה קרה?"

משל למה הדבר דומה? (עי' בספה"ק ויואל משה בהקדמה באריכות וד"ל)

האיש אחד בא לגור וישפוט שפוט?!

והאחרון הכביד, במה שפער פיו נגד מו"ר הרה"ג ר' מ.ב. קרעמער שליט"א בלשונו הלע"ז באופן מושפל שבאילו כבוד קרעטשמערתו גרם לקרעטשמעתינו שתאבד החן, שומו שמים!! לאן הגענו?! הזאת יאנוש?!

מוחים אנחנו לך! מחיתי כעב! מחה אמחה!

הנה שתים רעות עשה בזה, כי מלבד מה שמבזה בזה כל הגולשים החשובים שעושין מלאכתן עראי וקרעטשמתם קבע שלא ע"מ לקבל פראס"ק, אלא שגורם למעט ספסלי בית הקרעטשמע באופן בולט, וכמעט שהקרעטשמע נתרוקנה לאחרונה מכל המיסדים, ולא נשאר כי אם אחד מעיר ושנים ממשפחה, היו לא תהיה!!!

אין עונשין אלא א"כ מזהירין, הנני קורא ומזהיר לו ולדוגמתו סורו הבגדים הצואים מעליכם! ואליכם גולשים אקרא חזקו בדקי בית קרעטשמתינו, השתדלו למצוא ענינים יקרים לתוך כותלי בית קרעטשמתינו, ובזה ירחם ה' עלינו ויקיום בנו הכתוב:


















ובלע המות לנצח וחרפת הקרעטשמע יסור בב"א

ועזבעה"ח יום ה' לסדר סורו מעל וכו'

הק' יקל מפוקל

יאנאש » 17/11/2005 20:23

MEFIKEL
maybe u show me where i said something against the HUCHGESHETZTEN KREMER and if i ch"v did so i will appolegise full force
and i want to ask forgiveness about the english i dont have an other choice

mefikel » 17/11/2005 20:29

רבותי! האלטס מיט!

שטעלט אן דעם פנים ווי א תם, און שטויסט ווי א מועד!

תוקן על ידי - mefikel - 17/11/2005 20:29:22

התאחדות » 17/11/2005 20:30

גם אני הקטן מפאת חוסר הפנאי לא כתבתי באריכות, אבל הנני מצטרף לדברי ידידי מאז הרה"ג מפוקל שליט"א, בדברי מחאתו, הלא הם דברים כדרבונות, וכמעט ששכחתי ידידי הנפחאלייטיס פענסטער שליט"א, אשר גם הוא הזעיק צערו ברבים, ואולי עוד כמה מחברי הבעסדין אשר לא אוכל להעלות כעת על זכרוני, על אשר לדאבונינו לאחרונה, נכנסו לפה כל מיני האייפאדס למינם, ויש שנקראים יאנוש, שהוא עוד גרוע מכולם, ובזה יצאתי ידי חובתי.
בחדא מחתא הנני לקרות כקול קורא במדבר לחיים חייקל, נאכמען נאטע, ועוד אנשי אחים לדעה, אשר לא נקבו בשמות, שיופיעי בהדרת פניהם, ולא ידאגו ולא ירתתו מכל הפגעים רעים, כי ה' אתנו, חזקו ואמצו אל תראו ואל תערצו מפניהם.

הכ"ד ידידכם
הק' סאכדעס
חונה פה קרעשטמע יצ"ו והגלילות

יאנאש » 17/11/2005 20:37

wow all of you agaist one small bartender
OY VEI what will i do?? will i lose my part time job?? where in world will i go look for a job in the time that the CHUSHEVSTE krechma in the park kicked me out like a dog
where are you all of my old freinds just remember how loyal i was allways when no one where here

קרעמער » 17/11/2005 20:49

איך זעה נישט וואו אין די וועלט 'יאנוש' האט מיר געטשעפעט? אפשר קענט איר מיר צייגן?

יאנאש » 17/11/2005 20:55

you see even KREMER has no idea when in the world i should have say anything against him
but KREMER why did you say "get of my back"? what did i do

mefikel » 17/11/2005 21:08

קרעמער, דאס איז וואס ער שרייבט ל"ע

KREMER let me ask you something
Y in the world dont you answer GESHMOKERS SHALA?? i think that this is one of the reasons y this place looks like this lately someone askes something and no one answers. got me?? ha
and about what you say that i picked a hard nick, i can only tell u that i didnt picked it myself someone gave it to me and u know the MAMER CHASAL "BEMOKEM SHEIN ISH HESHDADEL LEEYUS ISH

יאנאש » 17/11/2005 21:12

MEFIKEL y dident you highlight the next word
someone askes something and no one answers too. i didnt talk of no one specific i talked in general

mefikel » 17/11/2005 21:13

Get off my back, idiot!

תוקן על ידי - mefikel - 17/11/2005 21:12:48

יאנאש » 17/11/2005 21:18

this was a good answer wasent it

גראף » 17/11/2005 22:09

יאנוש, קרעמער האט קיינמאל נישט געשריבן
get of my back

קרעמער » 17/11/2005 22:13

דער גראף איז גערעכט! איך האב כאטש גוט אויסגעלייגט די 'ספעלינג'...

די סיבה פארוואס איך האב געשריבן די ווערטער איז געווען צוליב דעם וואס יאנוש האט מיר אפירגעהאלטן פארוואס איך ענטפער נישט געשמאקער'ס שאלות, בעת ווען איך האב זיך קיינמאל נישט מתחייב געווען צו ענטפערן אויף קיינעם'ס שאלות דא אין די קרעטשמע.

אבער דאס מיינט נאכנישט אז יאנוש האט מיר עפעס געטשעפעט ח"ו.

יאנאש » 17/11/2005 22:19

wow GRAF u killed me i went and looked up the last ten ashkoles cus i was sure that KREMER did say that, and i finally found it but then i got what u meant
keep it up
at least you weasted some of my empty time

יאנאש » 17/11/2005 22:25


the reason i spelled it like this is cus i like to skip howmany F's possible

יענטאאש » 17/11/2005 22:44

אקעי...

איך וויל פארשטיין וואס דא גייט פאר!

יאנוש 'יו גאו בעק אנדער דע קאונטער ענד סערוו עוורי באדי נייסלי', און ענק אלע זאלן צוריקגיין צו די טישן און זיך נישט ארומקריגן מיטן גוי....

צו וואס פעלט אויס דער חילול השם??, צו וואס זיך ארומקריגן מיטן ערל, ער קען דאך ניטאמאל קיין רעכטן אידיש...

פליז.

התאחדות » 18/11/2005 00:18

ישאו הרים שלום וגבעות ברכה, שמורה בכל וערוכה, יעלה ויבוא ויגיע אל כל חברי הקרעטשמע כל אחד בשמו יבורך.

הנה אחר דרך מבוא השלום, ואחר עיוני בהספרים המונחים תח"י, באתי בזה לברר השאלה שנשאלת על ידי גדולי דורינו, והובא לפני כל הצדדים.
באשר שלאחרונה בא ערל טמא להקרעטשמע, ושלח את הערל העומד לשרת את הציבור, הנקרא בפי כל יאנוש, ולאחרונה יאנוש דער ערשטער, כי הערל הלז גם גנב את השם ממנו, בלמדו דיני שינוי השם בפרק לולב הגזול, ועמדו כל הקהל צפופים בתמהון וברוגזה, היתכן שכזאת יקרה, הלא זהו ממש איסור השגת גבול ידוע, ואיך העיז הערל הטמא יאנוש דער צווייטער -כפי אשר נקרא על פיו בעצמו-, ליקח על שכמו דבר אשר כבר גבלו הראשונים והאחרונים, כמבואר אצל רבותינו גדולי הונגרי' ופוילין, בתשובותיהם הארוכות, ולהשיג גבול מהערל הראשון אשר כבר עומד רבות בשנים לשרת כל מי שנכנס להקרעטשמע 24 שעות ביממה, וכל אחד זוכר איך אפילו לא הגיב בכלל לכל השיחות והפארברענגן שהי' בתוך הקרעטשמע, משא"כ השני אוי ואבוי בכל פעם הוא נכנס לתוך דברי החבירים.

לפי זה דנתי וחקרתי בשבע מיני חקירות, ויצא מלפני מכתב לא ארוך כפי אשר עלה בלבי לפסוק, דהיינו שאין להערל השני שום בעלות וכו' וכו'.

והנה אחרי שובי ניחמתי, היות אחרי רואי כל המכתבים שהגיע אלי בנידון, וטענתם אחד, איך העזתי להוציא פסק לפני ששמעתי כל הצדדים, ולאחרונה גם הגיע מכתבו של ידידי הרב יענטאש שליט"א, ובדברים נכונים הראה לי איך הערל הראשון הביא הרבה צרות יגון ואנחה בתוכינו, ומה גם ששלח אחד מהחשובים לעזעזל, מקום אשר שורה שם השדים והלילין וכו' וכו', עיינתי עוד הפעם בנידון, וראיתי באשר דבריו נכונות כדרבונות, ומה גם שהעיר לי, שכל איסור השגת גבול, זה רק לאחב"י ואין הדין אצל עכו"ם, וממש פלא בעיני איך נעלם ממנו דבר פשוט כזה, ובדבריו גם מסביר לפלא איסור חילול השם, שהיות לאחרונה הרבה התחילו לצער את הערל השני, הנקרא יאנוש דער צווייטער, ער קען דאך ניטאמאל קיין רעכטן אידיש, ובאם כן זה כבר גובל בהאיסור החמור של התגרות באומות.

אשר על כן יהיו נא דברי אלה לכל מי שיקר בעיניו כבוד השם, שאל יהין מאן דהו ח"ו לצער את הערל השני, וזה אכן עון פלילי בל יכופר, והנה מגלה דעתי שכל מה שכתבתי בתשובתי הראשונה הם בטלים ומבוטלים כעפרא דארעא, ואל יסמכו כלל וכלל על זה, וזה נכנס בהלכות של אב בית דין שטעה, ואין לההמון עם בכלל לא לדווח על זה, רק לשמור לעשות כל מה שציוונו על ידי משה רבינו עבד ה' בתורת תורת אמת.

וכבר אסיים בחיפזון כי הנה זמן מנחה הגיע, ושלום לכולכם.

הכ"ד ידידכם דורש שלומכם הטוב
הק' סאכדעס
פה קרעטשמע יצ"ו


תוקן על ידי - התאחדות - 18/11/2005 0:38:44

התאחדות » 18/11/2005 00:44

רבותי ביים טישל פון העלו יענטאאש דעפארטמענט האט זיך דער נישטיגער קוימען קערער זיך גענומען איבער אונזער אלעמען הויכגעשעצטן רוישהכאהעל.

ער סטראשעט איהם אז ער וועט איהם אוועקנעמן די קויסע אינמיטן טרינקן -איי ווער ווייסט ווער סיהאט נעכטן געטרונקן אפאר שעה אין א ציה-

רבותי איך בין מוחה, דער עולם זאל זיך וואס פריער צושטעלן צו מיין מחאה נאך איידער סיוועט זיין צו שפעט.

ווער געדענקט דען נישט וואו דער יענטאאשש האט זיך פאר אונז אוועקגעגעבן און געפוילט ביים קעניג אפצושרייען די גזירה פון דעם גראף נאך אלץ גוי, נו לאמיר איהם אלע מכיר טובה זיין, און גייט ארויס וואוטען פאר
YES


תוקן על ידי - התאחדות - 18/11/2005 0:44:24

פענסטער » 18/11/2005 00:46

ס'האט דיך איינער געפרעגט? [בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 18/11/2005 00:51

אוי יוי אוי ויי יאך האב נישט געוואוסט אז דו הערסט מיין מחאה, אבער יו נאו וואט, מאכט נישט.

קודם האבן אונז א כלל אז די פענסטער שרייט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען.

שנית ערעב זארעכפעפער -וואס איז נאך געווארען אויפגענומען דורך נפחא, פארגעס נישט דו ביסט נאר דא א דאנק איהם- האט מיר אויפגענומען אלץ דאיען דא אין קרעטשמע, אשר על כן זאלסטו רעדן צו מיר מיט מער דרך ארץ.

שלישית וואס הערט זיך מיט מנחה, יאך האב דיר נישט געזעהן היינט ביי מנחה און איצט זיצטו דא, אבער לאז מיר דיר שוין פאסקענען פארגעס נישט צו דאווענען צוויי שמונה עשרה'ס ביי מעריב.

תוקן על ידי - התאחדות - 18/11/2005 0:50:15

קרעמער » 18/11/2005 01:32

התאחדות;

ביי דיין לעצטע תגובה דא שטייט "תוקן ע"י התאחדות וכו'" און די זייגער דערויף צייגט איין מינוט פריער ווי די זייגער פון די תגובה אליין, זייטזשע מיר מסביר וויאזוי דאס קען געמאלט זיין אז דו האסט פארראכטן דיין תגובה א מינוט איידער דו האסט דאס אריינגעשיקט צו די מערכת [בילד – נישט אפגעהיט]

פענסטער » 18/11/2005 01:45

התאחדות;

יאך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין דיין תגובה.

קרעמער;

דעס מאכט זיך אפאר מאל, אויב מ'איז מתקן די תגובה און די מינוט פונם שרייבן, (ביי תוקן שטייט אויך די סעקונדעס,ודו"ק.)

קרעמער » 18/11/2005 01:59

עס איז אבער זייער אינטערסאנט, אפשר נישט? די תיקון איז דאך געווען נאך די תגובה אליין, פארוואס דאן שטייט ביי די תגובה 0:51 און ביי די תיקון 0:50. תיקו.

פענסטער » 18/11/2005 02:03

ווייל די תגובה ראונדען זיי אויף די נעקסטע מינוט, און די תיקון גייט פונקטליך אויפן סעקונדע.

קאפטשאו, אדער ווי יענער זאגט קאמברענדא?

התאחדות » 18/11/2005 02:32

פענסטער;

האסט גארנישט פארשטאנען אדער עפעס יא?, סיוועט מיר געדויערן זייער לאנג אלעס צו ענפערן
קאופטשאוסט

פויער » 18/11/2005 03:47

איך פארשטיי אז דער אשכול איז געמאכט פאר עוולות אינעם קרעטשמע, נו לאזשע מיר אויך עפעס זאגן.

מען דערציילט אז ביי אונז אינדערהיים איז געווען א שול פאר די שניידערס א שול פאר די וואסער טרעגערס און א שול פאר די האלץ האקערס און אויך א שול פאר די פויערן.
צו וואסערע צוועק האט זיך אויסגעפעלט אזוי פול שולן?
האט מיר דער טאטע על אב השלום געפלעגט צו זאגן נאר אזוי ווי דער ביזנעסמאן דער שניידער וועט קומען אין שול וועט ער דאך אוודאי טרעפן דעם וואסער טרעגער און ער וועט פארגיין אין א געשמאקן שמועס און אזוי ארום אוועקפלוידערן דעם גאנצן דאווענען, דעריבער האט מען איינגעפירט שולן נאר פאר שניידערס און מיטן קאנקורענט וועט ער דאך אוודאי נישט פירן קיין ביזנעס שמועסן...

דא לאכט מען.

יעצט איז אזוי. ווי עס שיינט זענען מיר אלע גרויסע קאמפעטישאנס געווארן אז עס הערשט אזא געפלוידעריי דא לעצטענס.
פארהאן דא שולן פאר די גראף'ס פאר די וואסער טרעגערס, פאר די האלץ האקערס, און אפילו פאר די ערלים ווי יאנאש מיט זיינע חברה. אבער א שול פאר פויערן איז נאך נישט פארהאנדען...

[בילד – נישט אפגעהיט]

איז דאס נישט קיין רעכטער עוולה ?


[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 18/11/2005 05:16

ס'ווילט זיך מיר אויך מוחה זיין, זינט עס קומט אקוראשט איצט פאר וויכטיגע וואלן אין אן דערנעבנדיגן שטיבל, און א גאר גרויסער ציבור האט נאכנישט אפגעגעבן זייער שטימע.

פענסטער » 18/11/2005 05:30

התאחדות;

כ'על דיר מסביר זיין, די ערשטע זאץ האב איך גאנץ גיט פארשטאנען, די שנית דארף שוין א שטיקל ביאור, וז"ל "ערעב זארעכפעפער -וואס איז נאך געווארען אויפגענומען דורך נפחא," וואס פאלט דיר ביי אז איך האב אויפגענומען זארעכ, אויף וויפיל איך בין באקאנט האט אים קרעמער באטשי אויפגענומען, (איך בין נאך ניטאמאל געזיצן דאן אויבן-אן.)

נאכדעם שרייבסטו דארט ווייטער, "פארגעס נישט דו ביסט נאר דא א דאנק איהם", ווער זאל נישט פארגעסן איך אדער זארעכ, צו וועמען זענען דיינע רייד געוואנדען.

נאכדעם שרייבסטו "[ערעב זארעכפעפער] האט מיר אויפגענומען אלץ דאיען דא אין קרעטשמע", אויף וויפיל איך ווייס האסטו דיך אליינס אויפגענומען פאר דאיען.

איך מיין ס'איז גענוג פאר היינט, איבער די שלישית ביי א צווייטע געלעגנהייט.

=======

פויער;

איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין פראבלעם, אויף וויפיל איך פארשטיי איז עס איין גרוסע שול/קרעטשמע, און אלע פלוידערער'ס זיצן דא, סאו וואס איז דיין פראבלעם, זעץ דיך אויך אריין דא און שלום על פויער...

סעמאן_פיש » 18/11/2005 07:05

די פויערען זענען אלע אינעם אנדערען (!#@$%&*$#) פארום.

התאחדות » 18/11/2005 17:34

פענסטער העלו, יאך האב נישט געוואוסט אז דו וועסט אזוי ערענסט געטשעפעט ווערן.

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון. דיינע ווערטער מיט די קאליר

די שנית דארף שוין א שטיקל ביאור, וז"ל "ערעב זארעכפעפער -וואס איז נאך געווארען אויפגענומען דורך נפחא," וואס פאלט דיר ביי אז איך האב אויפגענומען זארעכ,
קודם האב איך אוודאי נישט געוואוסט אז דו ביסט געווען נפחא[בילד – נישט אפגעהיט], דאס איז ממש א חידוש [בילד – נישט אפגעהיט]

אויף וויפיל איך בין באקאנט האט אים קרעמער באטשי אויפגענומען, (איך בין נאך ניטאמאל געזיצן דאן אויבן-אן.)
נניח אז דו ביסט דאס געווען דער נפחא, און לו יהא אז קרעמער האט איהם אויפגענומען, און דו האסט באקומען די בעלות דא אין קרעטשמע, נו אז דו האסט גארנישט געטוישט, אלזא מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא ליה.

נאכדעם שרייבסטו דארט ווייטער, "פארגעס נישט דו ביסט נאר דא א דאנק איהם", ווער זאל נישט פארגעסן איך אדער זארעכ, צו וועמען זענען דיינע רייד געוואנדען.
דאס האב איך דיר געמיינט צו זאגן -שרייבן-, ווייל איך האב געקלערט אז נפחא האט דיר אויפגענומען, נו טאר מען דאך נישט פארגעסן א גוטן פריינט, בקיצור איך מיין אז דו כאפסט.

נאכדעם שרייבסטו "[ערעב זארעכפעפער] האט מיר אויפגענומען אלץ דאיען דא אין קרעטשמע", אויף וויפיל איך ווייס האסטו דיך אליינס אויפגענומען פאר דאיען.
נאדיר א לינק

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1653525

ווי אזוי זאגט חי וקים
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן 'גם זו' סיוועט דיר גארנישט העלפן

תוקן על ידי - התאחדות - 18/11/2005 17:35:49

פענסטער » 18/11/2005 20:40

התאחדות;

פון דעם לינק וואס די האסט צוגעשטעלט ווייס איך אויך צו זאגן, כ'על דיר אבער ווייזן אן אנדערע לינק.

נאדיר, http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1652198

די וועסט קוקן די דאטומס פון די צוויי לינקס, וועסטו זעהן אז קודם האסטו דיך אליינס אויפגענומען, און הערשט דערנאך האט די פעפער אויך מסכים געווען דערצו.

התאחדות » 20/11/2005 22:12

יאך ווייס פון דעם אויך מנהל פענסטער

אבער דארט שטייט נישט אז יאך בין דאיען אין קרעטשמע, יאך בין שוין געווען דאיען אין אנדערע גרויסע שטעט פון בעפאר, ערעב זארעכ האט מיך מסתמא פארהערט האט ער מיך גענומען צו זיצען ביי דינעטוירעס, דערנאך האט ער מיר אויפגענומען אויפציעל פאר דאיען אין קרעטשמע.

פארשטאנען???????????????????????
[בילד – נישט אפגעהיט]

פענסטער » 21/11/2005 02:02

ניין, איך האב נישט פארשטאנען. איך וועל יעצט אראפברענגן די לשון וואס די האסט דארט געשריבן, אין רויטע ווערטער.

אונז האמיר דא אין קרעטשמע א כאשיווען דאיען ער הייסט ערעב זארעכ[פעפער] ....... . איך זיץ מיט איהם יעדע נאכט ביי דינעטארעס
[דעס מיינט אז די ביזט געזיצן צוזאמען מיט זארעכ און אן אנדערע שטאט???]אזוי וואו איך זעה אז איר זענט אויך גאנץ א קנאפער טאלמיד כאחעם, קלער איך אייך אריינצונעמן אין אונזער בעסדין
פארשטאנען???


=====

און יעצט צו דיינע רייד און דעם אשכול, דיינע ווערטער אין רויט.

שלישית וואס הערט זיך מיט מנחה, יאך האב דיר נישט געזעהן היינט ביי מנחה און איצט זיצטו דא, אבער לאז מיר דיר שוין פאסקענען פארגעס נישט צו דאווענען צוויי שמונה עשרה'ס ביי מעריב.

אזויווי איך האב דיר שוין געזאגט ביי א אנדערע געלעגנהייט, אונז וואוין מיר נישט און די זעלבע געגנט, פארדעם האסטו מיך נישט געזעהן, און צווייטענס די האסט געגאנבעט דעם פסק פון אונזער אלטע כ"ק אדמו"ר זי"ע, כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.

פענסטער » 24/11/2005 19:47

סאכדעס;

אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן,
זאג אז די האסט נישט. [בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2