היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » אן אוידיענץ ביים קעניג פון היידפארק

אן אוידיענץ ביים קעניג פון היידפארק

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1664585

קרעמער » 11/11/2005 05:08

דער קייזער פון היידפארק זיצט יעצט אין קרעטשמע. פרטים יבואו.

שנאפס » 11/11/2005 05:59

פרטים יבואו.

ווען???????????????????????

קרעמער » 11/11/2005 06:37

שנאפס;

וואס האסטו געוואלט? בשעת דער קעניג זיצט אין קרעטשמע זאל איך זיצן און טייפן?

פרטים יבואו.

קרעמער » 11/11/2005 19:38

א גוטען ערב שבת.

איך זעה אז קיינער איז נישט נייגעריג צו הערן וויאזוי דער באזוך פונעם קייזער איז געווען.

דער קעניג האט פארברענגט אין די קרעטשמע קרוב צו א שעה צייט!!!

מען האט אים סערווירט פיינע מאכלים און קאלטע געטראנקען, ער האט זיך מחיה געווען און איבערגעלאזט א ברכה.

פרטים יבואו?

יין_שרף » 11/11/2005 19:42

וואס הייסט? איך זע נישט קיין שום אשכול ווי דער קעניג האט באזוכט? גערעדט? געלאזט הערן מיינונגען?

ווי איז ער געווען?

קרעמער » 11/11/2005 19:51

דער קעניג האט נעכטן נאכט געוויילט ביי די הויפטקווארטיר פון די קרעטשמע (אויך באקאנט אלץ: קרעמער'ס הויז) א לענגערע וויילע. מיר האבן אינאיינעם איבערגעבליקט עטליכע אשכולות, וואו דער קייזער האט געלאזט הערן זיינע מיינונגען איבער וועלכע שרייבער ער גלייכט צו ליינען און וועלכע אשכולות געפעלן אים דאס מערסטע. עס איז ארויסגעקומען פון צווישן זיינע ווערטער אז ער זיצט "דא" מער ווי "דארט" וד"ל.

פרטים יבואו?

יין_שרף » 11/11/2005 19:57

פארוואס איז דער 'פרטים יבואו' נאך א אונטער א פראגע צייכן???

קרעמער » 11/11/2005 20:02

ווייל עס קוקט נישט אויס ווי דער עולם - אויסער דיר - איז נייגעריג צו הערן.

אויב דו אליין ווילסט הערן פרטים, קענסטו מיר ביפען.

שיינהייט » 11/11/2005 21:04

וואס איז די ביפער נומער איך וויל אויך וויסן ווי אזוי עס איז דורך.

דרך אגב ווען פארט ער אהיים???

שנאפס » 11/11/2005 22:36

פרטים יבואו,

וואס??????

gishmoker » 11/11/2005 23:11


מאכסט מיך נייגעריג קרעמער, אויב פארציילסטו נישט וועל איך טון מיט דיר די זעלבע וואס דער קעניג האט געטון....





















































.....דיך איבערלאזן און אוועקגיין........

not2bz » 13/11/2005 03:57

קרעמער

יעדער איז שוין נייגעריג קענסט שוין דערציילן

דיפלאמאט » 13/11/2005 04:20

מאכסט מיר געפערליך נייגעריג...

חברה, עס קומט א גוטס

קרעמער » 13/11/2005 05:07

א גוטע וואך אידן!

איך וויל ענק נישט לאזן נייגעריג, איך וועל עס מאכן קורץ און שארף.

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג אווענט, אויך באקאנט ביי חרדי'שע אידן אלס "ליל ששי", האב איך ערהאלטן א העכסט וויכטיגע טעלעפאן רוף אויף מיין רויטע ליניע. אויפן אנדערן זייט טרייבל איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער נאר דער קעניג אליין!

איר ווייסט שוין אודאי פון די אנדערע אשכולות אז דער קעניג איז אונזער אלעמען באקאנטער ידיד, באקאנט מיט זיין ניק JEWBOY!

דער קעניג האט געוויילט דעם צווייטן העלפט חג הסוכות אין עיר ואם בישראל ניו יארק, און יעצט אין די טעג קלייבט ער זיך אהיימצופארן לביתו נאוה אין ארץ הקודש.

אלץ (געוועזענער) מנהל פון א פורום אויף היידפארק, האב איך זייער שטארק געוואלט זיך באגעגענען פערזענליך מיט דעם איד וואס קען מיט רעכט אנגערופן ווערן "דער וואס האט ארויפגעברענגט היידפארק צו דעם שטאפל וואס עס איז היינט ביים יהדות החרדית".

וכך הוה:

מר. דזשובוי איז פערזענליך בכבודו ובעצמו אריבערגעקומען צו מיר אין פאלאץ, מיר האבן זיך זייער געפריידט איינער צו צווייטן, ווי צוויי אלטע גוטע פריינט... הגם מיר האבן זיך קיינמאל געזען איינער דעם צווייטן, אבער אזוי גייט עס אויף היידפארק... מען דערקענט זיך אויף די שריפט...

מיר האבן נישט געוואלט צופיל אויפהאלטן דעם קעניג, וועלכער האט א פארנומענעם סקעדזשול א גאנץ יאר, בפרט יעצט ווען ער האלט ביים פארפארטיגן זיין באזוך אין די פאראייניגטע שטאטן... אבער דער קעניג האט ארויסגעוויזן א געוואלדיגע רואיגקייט, אזוי האבן מיר פארברענגט אינאיינעם א קיילעכיגע שעה (בערך).

א גוטע וואך!!!

gishmoker » 13/11/2005 06:15

אההההההההה!!!!1

פארדעם זענען געפלויגן אסך העליקאפטערס גאר נידריג, דעם פארגאנגענעם דארנערשטיג........!!!!!!

פאר דעם קעניגס סעקיורטי.....

אההההההההההה.....!!!!!!!

יעצט שטימט עס שוין.........!!!!!!!