היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » פראבלעם - א נייע היידפארק אנשיקעניש!!!

פראבלעם - א נייע היידפארק אנשיקעניש!!!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1671678

זארעכפעפער » 15/11/2005 19:10

א נייע היידפארק אנשיקעניש!!!

אריינקומענדיג אין די 'קרעטשמע' האט זיך מיר דער פורום אויסגעצויגן אין די ברייט...
דער נייער 'מסורת' אדווערטייזמענט דער נייער 'בחדרי חרדים' פארדעקט מיר א חלק פונעם פעידזש איך קען נישט זען דעם 'תאריך', און צוגאב וואס ער האט מיר אויסגעצויגן דאס בלעטל אויפן סקרין.

וואס איז דאס?
איז דא עפעס א עצה דערויף?
גייט דאס אזוי בלייבן?
איז דאס ביי יעדן וואס גייט אריין דורך מסורת?

not2bz » 15/11/2005 19:32

איך האב אויך דעם אדווערטייזמענט אבער עס האט נאר לענגער געמאכט מיין פעידזש אבער נישט ברייטער

קרעמער » 15/11/2005 19:44

איך האב גאר אן אנדער פראבלעם לעצטנס מיט היידפארק, און עס קען זיין אז דאס האט גארנישט מיט היידפארק דירעקט א שייכות, נאר מיט מיין ווייערלעס פארבינדונג.

דהיינו: די בלעטער עפענען זיך אזוי שטייט, אזש כמעט ווי ווען איך פלעג האבן 'דייל-אפ'!

בילדער ווערן אנטפלעקט נאר נאך א לענגערע ווארטעניש, ממש עס ווערט מיר נמאס כמעט דאס גאנצע זאך צוליב די לאנגע ווארטעניש...

קען מיר איינער העלפן? האט ער ענליכע פראבלעמען?

מלוה_מלכה » 15/11/2005 22:21

קרעמער דו לעשט אויס דיין קאמפיוטער, אדער די הייבערנעיטס?

איך וואלט דיך גע'עצה'ט צו מאכן א וויירוס סקען.
און דעליט די טעמפערערי אינטערנעט פאלדער.
דערנאך ריסטארט.
ענד קאם בעק מיט עני טשעינזשעס.



תוקן על ידי - מלוה_מלכה - 15/11/2005 22:20:53

קרעמער » 15/11/2005 22:25

מלוה מלכה;

איך לעש אויס מיין קאמפיוטער לכל הפחות איינמאל א טאג.

איך האב מיין וויירוס סקען אייביג אנגעצינדן.

איך מעק אויס מיין טעמפארערי פאלדער גאר אפט.

וואס נאך האסטו פאר מלוה מלכה?

gishmoker » 15/11/2005 22:57

עם כל זה מאך נאכאמאל א וויירוס סקען אויפן הארד דרייוו.

אויב עס העלפט נישט, ריסעט דיין וויי פיי

עס איז מעגליך אז יענער האט אויך פראבלעם'ס

גראדע האב איך דאס אויך לעצטענס...

תוקן על ידי - gishmoker - 15/11/2005 22:58:36

מלוה_מלכה » 15/11/2005 23:13

פאר מלוה מלכה האב איך נאכנישט גארנישט ....

טו דעס וואס גישמאקער האט געראטן.

אפשר וועט עס העלפן. ענד קאם בעק... טו מעלעווע מעלקע...

קרעמער » 15/11/2005 23:27

איך וועל ענק פאלגן, אבער ביזדערווייל גרייט אן א געשמאקע מלוה מלכה...
[בילד – נישט אפגעהיט]

מלוה_מלכה » 15/11/2005 23:31


חאחאחאחאחאחאחאחאחאחחח

פענסטער » 16/11/2005 01:36

גם אני משתתף עם זארעכ, אזא מין אנשיקעניש דעס, איך האף אז הייד-פארק גייט האבן איינזעעניש מיט מיר, און פאריכטען די פראבלעם עס סאאן עס פאסיבעל.

mikiboom » 16/11/2005 01:42

און צוגאב וואס ער האט מיר אויסגעצויגן דאס בלעטל אויפן סקרין.
[בילד – נישט אפגעהיט]

מלוה_מלכה » 16/11/2005 03:57


נו קרעמער ביסט שוין גרייט צו קומען צום מלוה מלכה...?

קרעמער » 16/11/2005 05:26

אזא שאלה - מלוה מלכה - פאר דיר בין איך אייביג גרייט... לאז מיר נאר ענדיגן פארדייען די נאכמיטאג טשאלענט.