היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » I-POD וואס קען שוין זיין שלעכט דערמיט

I-POD וואס קען שוין זיין שלעכט דערמיט

12 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 13 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1671862

RebMechel » 15/11/2005 20:43

די שבת האב איך געזען א מודעה אז עס גייט זיין א מחאה אדירה קעגען א געוויסע סארט I-POD. ווייסט איינער וואס עס איז שלעכט דערמיט?

בכלל ווער איך געוואויר פון געוויסע זאכן דורך די מודעה'ס ווי למשל די TV-CELLPHONE. איך האלט אז עס איז א עוולה פון זיי אז זיי עפענען דערמיט אויף די אויגן פון די יונגווארג, בפרט בחורים.

בענעדיקט16 » 15/11/2005 21:36

מאנכע טענה'ן אז די גאנצע אריינדרינג פון די אינטערנעט איז אדאנק די מערכה וואס מען האט געפירט דערקעגן. גיי ווייס אויב עס איז אמת אדער נישט.

די איי-פאד'ס קענען זיין א שטיקל פראבלעם, ווייל מען קען דאונלאודען דערויף גאנצע ראדיא שאו'ס און גוי'אישע טריפה'נע ניגונים.

RebMechel » 15/11/2005 21:45

אנאלאזירער,

ווי די רבי אין חדר פלעגט זאגן: זאג אויס, ווייל איך ווייס סייווי אלעס!

קרעמער » 15/11/2005 21:54

אנאנים;

זאג מיר שטילערהייט...
[בילד – נישט אפגעהיט]

סעמאן_פיש » 16/11/2005 00:56

איך פארשטיי בכלל נישט דעם פראבלעם.

אן איי-פאד איז נישט מער ווי א טעיפ ריקארדער אדער א מוזיק סי-די פלעיער.

אפשר זאל מען אסרען דעם טעלעפאן ווי מען קען פונקט אזוי הערן (אין נאך מער, מען קען שמועסן וד"ל) דאס ערגסטע????

גראף » 16/11/2005 01:23

אויך מיר א פארגלייך, מיסטער סאלאמאן פיש. א טעלעפאן איז שוין היינט א דבר הכרחי, ווער עס האט נישט קיין טעלעפאן איז דאס א סימן אז ער שוין נישט בין החיים (איך רעד נישט פון די סעלפאון'ס). משא"כ א איי-פאד איז דערווייל נאכנישט אזוי לעבנסוויכטיג. ממילא אויב האט עס חסרונות איז גוט אז מען איז מעורר דערויף.

סעמאן_פיש » 16/11/2005 09:30

הער גראף,

זיי דו מיר מסביר דעם חילוק צווישן א סי-די אדער טעיפ פלעיער און אן איי פאד.

jewboy » 16/11/2005 10:27


גראף לעבן, הארגע נישט קיין מענטשן אזוי מיט א מאך אוועק מיט די האנט.

וועסט טאקע נישט גלייבן, אבער איך בין נאך פון מענטשן וואס האבן נישט קיין טעלעפאן אינדערהיים.

יוסעלע » 16/11/2005 11:43

און וואס איז מיט די ש"ס פאד?
http://www.shaspods.com

יוסעלע

קרעמער » 16/11/2005 15:19

דזשובוי;

איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן ליינען. דו פארמאגסט נישט קיין טעלעפאן אין שטוב!?!?!?!?!?!?!?!?!

א סעלפאון האסטו יא. איז שוין די קשיא האלב פארענטפערט. מסתמא האט די קעניגין א באזונדערע סעלפאון. אויב אזוי איז דאך ממש א שאד צו צאלן פאר א ערדליכע ליניע...

[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 21/11/2005 16:06

נאך א סיבה פארוואס מען זאל (נישט) קויפן קיין איי-פאד:

http://news.yahoo.com/s/ap/20051121/ap_on_hi_te/tivotogo_expands

מען וועט בקרוב קענען זעהן דערויף אלע טעלעוויזיע שאו'ס!

שנאפס » 21/11/2005 19:05

נישט יעדע זאך וואס מען אסר'ט איז טאקע שלעכט...

צו קענען אפלאודען ווידיא דארף מען האבן א קאמפיוטער מיט ד.ו.ד. מען קען נישט שיקן פון איין אייפאד צו אן אנדערע