היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ספעציעלע לייסענס פלעיטס פאר שיכורים

ספעציעלע לייסענס פלעיטס פאר שיכורים

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1675543

גראף » 18/11/2005 00:57

ענדליך, נאך פינעף טויזענט יאר זעהט די וועלט איין אז שיכורים זענען א העכערע געזעלשאפט, און מען גייט זיך ענדליך אנהויבן באציען צו אונז מיט א ספעציעלע חשיבות.

ליינט דא http://apnews.myway.com/article/20051116/D8DTMPT81.html ווי איין סטעיט סענאטאר פון פלארידע שלאגט פאר אז די שיכורים זאלן באקומען א ספעציעלע פינקע לייסענס פלעיט, מיט די אותיות DUI (אזוי ווי להבדיל די דיפלאמאטן פארמאגן אזא בלוי קעסטעלע מיט א D אויף זייער לייסענס).

בןהרחמן » 18/11/2005 02:47

מען וועט עס כאטש קענען באקומען אומזינסט ביי אונז אין קרעטשמע אדער אפילו פאר האלסעיל וועט אויך גוט זיין.

דיפלאמאט » 18/11/2005 03:14

הער גראף,

מיינסט מיר?...

גראף » 18/11/2005 05:13

דיפלאמאט, נו, אודאי מיין איך דיר, וועמען דען. אה, דו מיינסט צו פרעגן וועגן די D?... איך האב געמיינט דו פרעגסט וועגן די DUI... אוי א תם קאפ [בילד – נישט אפגעהיט]