איך לייג ארויף אן אלט בילד פון אונזער דארף,
לאמיר זען צי די יונגע דור וועט זיי דערקענען...
[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס ליגט דאס נישט ביי "בילדער פון די קרעטשמע"?
Sorry not2bz, Fenster, for asking a question that you would usually...
תוקן על ידי - sushi123 - 24/11/2005 5:44:05
אז דו ווייסט נישט ווער דאס איז דארפסטו מיך נישט באשייגעצן...
וואו קוקט איר ?!
דאס איז דאך רבי הוטקה זצ"ל שמועסנדיג מיטן אלטן דיין ערעב זארעך !
מען זעהט אויך חיים חייקלס טאטע ע"ה.
קומענדיג צוריק פונעם גראף'ס שלאס. [לאנג פאר די גירות...]
ווער געדענקט נאך די מעשה ...
וואס דא איז געשען ?
[בילד – נישט אפגעהיט]
געשמאקער;
די צווייטע בילד איז קלאר דער גראף אליינס וועלכער איז ארונטערגעפאלן פונעם פערד אריין אין א טיפע גרוב, און נאר א דאנק נחמן נטע (ווער געדענקט אים נאך) וועלכער איז געקומען צו לויפן מיט די שטריק און אים ארויסגעשלעפט איז ער לעבן געבליבן. א דאנק דעם האט דער גראף איבערגעגעבן זיין גאנץ וועלדל פאר נחמן נטע דער האלץ האקער פאר אומזינסט אפצוהאקן די ביימער און עס פארקויפן פאר די פויערן פאר גוט געלט.
אויף די ערשטע בילד האב איך אבער א קשיא, איז חיים חייקל'ס טאטע געגאנגען אן א קאפעל חלילה? איך האב מורא אז דיין זכרון דינט דיר נישט, דאס איז אלעקסיי, איידער ער איז געווארן בעל עגלה איז ער דאך געווען א וואסער טרעגער (ווער געדענקט נאך, אוי אלטע צייטן געווען).
א גוטע נאכט...