היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » וואס טיה איך מיט מיין קאפ???

וואס טיה איך מיט מיין קאפ???

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1695502

taty11 » 1/12/2005 03:45

איך האב לעצטענס געפערליכע קאפ ווי, איך האלט אז עס פאר גארנישט און פארנישט, אבער אפשר גיט מיר איינער א עצה טובה

יישר כח למפרע.

taty11 » 1/12/2005 04:01

נא!!!


רבותי ארויסהעלפן א יוד איז נישט קיין קלייניגקייט, ווי זענט איר????[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

natan101 » 1/12/2005 04:19

קוידעם קאל איז דאך דא דער באקאנטע סגולה פונם הייליגער דברי חיים זי"ע איבער צודרייען דעם קאפעל, טריי עס אויס!

און די באבע חענטשע ע"ה פלעגט דאך אנגרייטען הייסע טיי מיט האניג און אביסעלע פרישע לימאנע!

און דע בעסטע חלק פון דעם איז אז
"ס'איז א סימן אז די האסט א קאפ"!
(באבע חענטשע)

נאטורליך » 1/12/2005 05:03

עס קען זיין פון א געוויסער מאכל, לייג אויפמערקזאם אויף וואס די עסט.
געוויסע קאמפאניס לייגען אריין צופיל קאמיקאלען אין די געפאקטע טאנא אדער אייער עס זאל זיך האלטען פריש אבער עס מאכט קאפ וויי.
שרייב אפ יעדען טאג וואס די עסט און צייכען אן דערנעבען צו האסטו געהאט ווייטאג נאך דעם עסען. טוה עלימינירען די עסען וואס טויג נישט פאר דיין מאטאבאליזעם.
זיי געזינד.

taty11 » 1/12/2005 05:28

נאטורליך יא!!
די האסט עס געכאפט, איך קויף א יעדן טאג די טונא סענדוויטשעס וואס ליגט אזוי שיין איינגעפאקט אין די געשעפטן, מיין מאמע פלעגט מיר זאגן אז דארט ליגט קעמיקעלס, אין עס איז נישט געזונט,
עס קען זיין אז די סענדוויטשעס זענען גיט פארשימעלט, נאר מען פילט עס נישט ווען מ'עסט עס ווייל עס גייט אריין בגדר ר' שלום לאנדא'ס רעסטאראנט וואס די טשאלענט דארט איז ביטער הייס, כדי מען זאל נישט שפירען דאס אלטקייט, נאך א האלבע שעה פונעם עסן זיצט מען.


בקיצור נאטוליך א גרויסן ישר כח..

מלוה_מלכה » 1/12/2005 06:02

טאטי

און צוגאב צו נאטורליך'ס תגובה,
טשוקלוד, קאפי, צוקער, פיצא, פרייד פוד, ווייס ברויט, און נאך, זענען אלע קאפ ווייערס.

בנוסף צו פארמיידן די אויבנדערמאנטע, נעם אדוויל אדער איבאפראפין עס דארף העלפן

קרעמער » 1/12/2005 15:59

גיי צו "אויער, נאז, האלז" דאקטער, ס'קען זיין אז דו האסט א סיינוס.

יין_שרף » 1/12/2005 16:14

נאדער אן אשכול פון די אלטע ארכיוון פון אונזער קרעטשמע...

געווען איז דאס, אין די אמאליגע צייטן, ווען דער אלטער מנהל אונזערער האט זיך אנגעליטן פון שווערע קאפ שמערצן.

ביי די הויכגעשעצטע באהערדע איז דעמאלט, בימים ההם, געלעגן אויפן טיש א פלאן פון אויפנענמען א דאקטער אין די קרעטשמע, וואס זאל זיין גרייט על כל צרה שלא תבוא...

(אפשר קומט דאס ווייל דו האסט דיך אביסל איבערגעטרונקען דא אין די קרעטשמע מיט יין שרף...[בילד – נישט אפגעהיט])

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1532255

gishmoker » 1/12/2005 17:19

טאטי
אפשר האסטו קאפ שמערצן ווייל דער גוי האט דיך אנגעבריקעט ביי דיין כאפצעם מעשה ?

ווער ווייסט?

jewboy » 1/12/2005 18:34

***מזמין/ה אותך להתחיל שיחת שמע. האם ברצונך לקבל (Alt+ל) או לדחות (Alt+ד) את ההזמנה?

Biker אומר/ת:
ניין, מיין קאפ שיסט געפערליך, איך האב נישט קיין כוח יעצט
*** אומר/ת:
ahh i just wanted to try it out

‏‏קיבלת את ההזמנה להתחיל שיחת שמע.

*** אומר/ת:
y what happend?
Biker אומר/ת:
מיין מייק איז נישט איינגעפלאגט

‏‏לא יכולנו להתחיל שיחת שמע זו. נא נסה שוב מאוחר יותר.

‏‏שיחת השמע עם *** הסתיימה.

*** אומר/ת:
oh stop it not now!!!!
*** אומר/ת:
no reason what so ever
Biker אומר/ת:
אהה
*** אומר/ת:
is your office a closed place?
Biker אומר/ת:
ס'איז דא א ווינדאו, איך בין אבער יעצט געווען אינדרויסן פאר א שעה בערך פאר פרישע לופט, ס'אנגעסמאקט דא
*** אומר/ת:
yeah i figured with all the smoke
*** אומר/ת:
דריי איבער די קאפעל
*** אומר/ת:
and try to feel gr8!
Biker אומר/ת:
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

natan101 » 1/12/2005 19:51

פאר ווער עס האט נאכנישט געכאפט וואס די דריי *** מיינען האב איך דער רשות באקומען מפרסם צו זיין...

רמז: ווען ס'וואלט געווען געשריבען אין ענגליש וואלט עס אזוי אויסגעקוקט *****

קרעמער » 1/12/2005 21:01

NATAN?

natan101 » 1/12/2005 23:53

יא זייער גוט! אליינס אויסגעפיגערט?

(און נישט "חדר" [בילד – נישט אפגעהיט])

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1695021&whichpage=2