היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » הארטע פוטער אויף ווייכע ברויט, מער נישט

הארטע פוטער אויף ווייכע ברויט, מער נישט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1696394

קרעמער » 1/12/2005 17:38

איר געדענקט נאך די אלטע פוילישע קללה: זאלסט שמירען הארטע פוטער אויף ווייכע ברויט !!! (דאס פלעגט מען וואונטשן די ערשטע... דאן פלעגט נאכקומען אזעלכע סארט קללות: אלע ציין זאלן דיר ארויספאלן, נאר איינס זאל איבערבלייבן כדי זאלסט קענען שפירן דעם טעם פון צאן ווייטאג... [און נאך אנדערע וואס איך געדענק נישט אויף די רגע]).

די קללה וועלן די פוילישע מער נישט קענען נוצען!

http://tinyurl.com/dyy8u

natan101 » 1/12/2005 17:54

איך קען צולייגען א באקאנטע ירושלים'דיגע קללה?
יא? אה! שכויעח! איז ס'גייט בערך אזוי
"זאלטס דיך ארומדרייען א האלבע נאכט זוכען א צוגאר, און די צווייטע האלב נאכט זוכען א שוועבל, און אינדערפרי אנצינדען אויף די פארקערטע זייט"!

אויש!!! אויף אלע מיינע סוינעם געזאגט!

whats_up » 1/12/2005 18:08

איך האב אמאל געהערט ווי איינער זאגט
הענג דיך אויף א ציקער שטריק וועסטו כאטש האבן א זיסן טויט

gishmoker » 1/12/2005 18:10

אין טרופ עוו. פלעגן זיך קינדער וואונטשן :

זאלסט עסן א פעקל פאטיטעס און די לעצטע זאל זיין א פארשימלטע,,, די טעם בלייבט אין מויל צוויי טעג...

וועך... וועך.....

כורמיזא » 5/12/2005 21:19

און אז מ'רעדט שוין פון פיטער ברויט, אפשר ווייסט איינער פארוואס ווען עס פאלט אראפ די ברויט אויף דערערד איז עס אלעמאל אויפן זייט וואס איז אנגעשמירט???

דאכענע » 6/12/2005 19:26

ווייל מ'שמירט עס אלעמאל אן אויף די פארקערטע זייט...

voky » 6/12/2005 22:21

זאלסט עסן א פעקל פאפיטעס אין די לעצטע זאל זיין א פארשימעלטע!....



כורמיזא » 6/12/2005 22:36

דאכענע [בילד – נישט אפגעהיט] איך האב נאך געמיינט אז דאס איז וועגען די וואג פון די פוטער..