היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א גוטען חודש

א גוטען חודש

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1697086

קרעמער » 2/12/2005 00:51

שטייענדיג יעצט אין דעם טאג ראש חודש כסלו, וואס צייכנט אפ פונקט א האלב יאר פון ווען די פורום איז ארויף אויף די ריכטיגע רעלסן, ווילן מיר זיך באדאנקן פאר אלע חשוב'ע מיטגלידער וואס האבן געהאלפן און העלפן ווייטער צי אז דער פורום זאל מצליח זיין, און מיר וואונטשן אלע אונזערע ליינער און שרייבער, טרונקער און פארברענגער מיט א גוטען חודש!

לאוולי » 2/12/2005 00:57

מיינסט למשל מיר צו דאנקן?

לאוולי » 2/12/2005 00:59

אפשר דארף איך עס דא שרייבן
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1697075
אבער דא רעדט מען דאך פון חדשים.
איך מיין אז מען דארף יעדן חודש געבן א פרס פאר די בעסטע שרייבער פונעם חודש. וואס מיינט איר?

יענטאאש » 2/12/2005 02:00

א האלב יאר??!!

אזוי לאנג בין איך שוין משוגע???

אה מיי גאד!

גראף » 2/12/2005 02:11

יענטאאש יו בעט. באט סינס יו אר נאט אלאון... איט איז מאטש איזיער פאר יו, עטליעסט איי טינק סאו.

חיים_חייקל » 2/12/2005 02:23

א גוטן חודש... א גוטן חודש... דרייט אזוי חיים חייקל ארום א שמייכלדיגער צווישן די טישן, באגריסנדיג אלע קרעטשמערס.

א גוטן חודש, א לעכטיגן חודש, א פרייליכן חודש, ענטפערן אלע ווי איינס.

נו ר' חיים חייקל, וואס זאגט איר צו דעם? היינט פאר א האלב יאר, לערך, האבן מיר געמאכט 'חנוכת הבית' פאר די קרעטשמע, נו וואס זאגט איר עפעס צו דעם?

חיים חייקל שטייט פארטראכט א מינוט, אין זיינע געדאנקען זענען פאראיבער געלאפן זייער אסאך וואס מען וואלט געקענט זאגן דערוועגן... נאך א וויילע גיבט ער רוף אויס מיט געשריי:

אה... בעסער מען רעדט נישט...
ב"ה מען האלט דא...

יענטאאש » 2/12/2005 02:25

זינט דער ראש הקהל איז איצט פארטראכט אלס תוצאה פונעם פאקט אז עס איז שוין א האלב יאר צו גוטן וואס די קרעטשמע שטייט, רעאגירט ער נישט אויף די ווערטער פונעם פשוטן וואסער טרעגער ר' חיים חייקל, נאר ער שמייכלט בלויז צו שאקלענדיג שטייט מיטן קאפ.

קרעמער » 2/12/2005 02:28

צום פייערונג פון דעם "ערשטן האלב יאר" פון די קרעטשמע, ווילן מיר ארויפשטעלן א רעפערענדום:

וואס האלט דער עולם? וואו זעהט איר אייך אין א האלב יאר ארום פון היינט (משיח זאל אודאי פריער קומען)?

1. אין היימישע קרעטשמע?

2. היימישע קרעטשמע אונטער א נייע נאמען?

3. היימישע קרעטשמע אונטער אן אנדערע פירערשאפט?

4. ארויס פון היידפארק?

5. אראפ פון די אינטערנעט?

6. אין משוגעים הויז?

יענטאאש » 2/12/2005 02:31

פשטות: 1

כ'האף אז נישט: 2

קען זיין אז: 3

סגייט מיך נישט אן אויב: 4 (כ'הער זאגן....)

הלואי: 5

אוי.... קען גאר זיין: 6 (גאט באהיט...)

תוקן על ידי - יענטאאש - 02/12/2005 2:33:13

קרעמער » 2/12/2005 02:33

וואס מיינט גאט באהיט9

וואס איז געווען די ניינטע אפציע?

אז דו זאלסט שרייבן אונטער א צווייטע ניק?

יענטאאש » 2/12/2005 02:36

פלעין א מיסטעיק, ס'שוין געפיקסט.

פארוואס נאך אפציעס? די ערשטע זעקס זיינען נישט גענוג ביטער?...

gishmoker » 2/12/2005 02:39

קרעמער ;

יו מעיק א ביג (מעיבי א סמול...) מיסטייק

די קרעטשמע האב איך גאר לעצטענס איבערגעבויט פאר א קרעטשמע, איך געדענק נישט פונקטליך ווען. באט פאר שור אז א האלב יאר צוריק איז דא געווען א קהילה, מיט א רב, מיט א שול, וואו מיר אלע האבן געשמאק פארבריינגט,

עניוועי, זאל זיין מיט מזל און איך שטים [שטום] פאר נומבער 6 [בילד – נישט אפגעהיט]
סי גארנישט, דע מענטשעלע האב איך נאך קיינמאל נישט גענוצט...]

natan101 » 2/12/2005 15:04

טאמער נישט 5
איז 6
טאמער נישט איך איז זיכער מיסעס 101!
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 2/12/2005 17:26

נתן101;

שטארקע געדאנק [בילד – נישט אפגעהיט]

ציצה_קניפר » 4/12/2005 04:30

אויב נישט (4)
דעמאלט וועט מוזן זיין (5)
ווייל אויב נישט - האב איך מורא אז עס וועט זיין (6)

אנדערש וועל איך קיינמאל נישט פארטיגן אנצוקניפן די ציצות

יענטאאש » 4/12/2005 04:36

א גוטן שלום עליכם אייך ציצה קניפער,
איך וויל א נייעם טלית וויפיל איז דער ציפער?