היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » שאלה פו... אופס....ניין סתם א קשיא....

שאלה פו... אופס....ניין סתם א קשיא....

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1699938

gishmoker » 4/12/2005 03:44


נישטאמאל אויף מיין לעצטע שאלה פון די וואך'עדיגע אשכול האט מען זיך קוים באמיהט צו ענפערן
דעריבער פרעג איך מער נישט קיין שאלות לויט די וואך, נאר סתם שאלות... כולי האי ואולי ?....

באקאנט דער מדרש:
הקול קול יעקב והידים ידי עשו בזמן שיעקב מרכין בקולו אז הידים ידי עשו ובזמן שמצפצף בקולו אין הידים ידי עשו.

בקיצור הובא בספרים : בזמן שהקול קול יעקב אין הידים ידי עשו,


ווילט זיך פרעגן, אין פסוק שטייט דאך קלאר הקול קול יעקב והידים ידי עשו, איז משמע אז ווען יעקב נוצט זיין קול דעמאלטס איז ידים ידי עשו, און נישט פארקערט וויאזוי דער מדרש זאגט ?

ווער פרעגט די קשיא ?
און וויפיל תירוצים האסטו ?

קרעמער » 4/12/2005 04:57

איך זעה יעצט אז דער כלי יקר ענטפערט די קשיא ע"ש.

ניןהרחמן » 4/12/2005 09:12

פרעגען פרעגט עס דאכצע מיר יואלי געשמאקער

איך ווייס 2 תירוצים
1 ו קען אמאל מיינען או
2 עס גייט מיט לשון בתמיה