איך לאך זייער שטארק
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » עס שנייט אין דערפל
עס שנייט אין דערפל
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1700396
בלאט: 1 2
מיר בעטן אנטשולדיגונג, אבער מיר פארשטייען נישט וואס איר האט געוואלט דא מיטן ארויפלייגן א גאנצע ארטיקל פון א געוויסע בלאג
מען שמועס דא אז עס שנייט אין נוא יארק, קען איינער פעסטשטעלען א ציפער, וויפיל אינטשעס? פיס?
יא נאטורליך, דא אין ניו יארק זענען מיר אינגאנצן אנגעשנייט.
דו גיי צום וואסער און בראט דיך ביי די זין מיט די אדמורים פון
וועמען דו האסט גערעדט פאריגע וואך.
לכבוד אונזערע נאטורליכע מעמבערס וואס געפונען זיך אין מיאמי, דרוקן מיר דא איבער א באריכט פון "קול מבשר"...
...בליזארד פון תשס"ו
די היינטיגע שניי האט געבראכן א רעקארד! 4 אזייגער נאכמיטאג האט שוין געהאט געפאלן 26.9 אינטשעס שניי (דאס איז: 2 פיס מיט כמעט 3 אינטשעס) אין סענטראל פארק, דאס איז די העכסטע שניי וואס איז נאר אמאל געפאלן אין די היסטאריע פון ניו יארק סיטי!
די ביז היינטיגער רעקארד איז געשטאנען ביי 26.4 אינטשעס, פון א שניי וואס איז געפאלן 59 יאר צוריק אין יאר תש"ז.
*
טראצדעם וואס דאס איז די "גרעסטע" בליזערד אין ניו יארק, האט דאס אבער נישט אזוי שטארק פארקריפעלט די שטאט ווי די בליזערד פון 06', צוליב דעם וואס דער יעצטיגער בליזערד איז געפאלן אין א "וויקענד" ווען ווייניג מענטשן דרייען זיך ארום אין די גאסן און מענטשן ברויכן נישט אנקומען צו די ארבעט.
*
דער מעיאר האט היינט דערמאנט די ניו יארקער איינוואוינער אז די שטאטישע געזעץ פארלאנגט פון יעדן הויז אייגנטומער אפצורייניגן פארענט פון זיין הויז ביז 4 שעה נאכן שטורעם! (היות דער היינטיגער שטורעם האט זיך אפגעשטילט בערך 4 אזייגער, ברויך מען זען צו האבן אפגערייניגט די סיידוואלק ביז 8 אזייגער ביינאכט).
*
די וועטער עקספערטן זאגען אז די 2 פיס שניי וועלן זיך נישט אזוי שנעל צולאזן, צוליב די פראסטיגע וועטער וואס וועט אנהאלטן די קומענדיגע פאר טעג.
אויף סוף וואך ווערט שוין יא פארגעזען אביסל א מילדערע וועטער.
*
אכטונג!
איידער איר צינדט אן אייער קאר, מאכט זיכער אז די "מאפלער" איז גוט אויסגערייניגט פון שניי, עס איז א געוואלדיגע סכנה צו לאזן דעם קאר גיין מיט א פארשטאפטן מאפלער, די קאר קען ווערן אנגעפולט מיט שעדליכע "קארבאן מאנאקסייד" לופט.
**
אז דו רעדסט שוין פון קול מבשר (איך ווייס נישט וויאזוי דו האסט געהאט צייט אראפצושרייבן פונקטליך אלעס וואס ער זאגט [בילד – נישט אפגעהיט]), וויל איך נאר דא איבערגעבן
אז די אלע פייגלעך פון גרעיטער ניו-יארק טוען באדאנקן קול מבשר פארן דערמאנען דעם עולם פרייטאג ארויסצולייגן די ברעקלעך אויף שבת שירה, ווייל חלילה וחס ווען נישט קול מבשר וואלטן זיי אלע געבליבן הונגעריג אגאנצן שבת.[בילד – נישט אפגעהיט]
אגב מיין איך אז קול מבשר האט נישט געבלאקט קיין קאלס פון מיאמי בפרט אז רוב עלטערע אידן און אידענעס זיצן יעצט דארטן, עס קען גאר זיין אז די אלטע באקומען עפעס א דיסקאונט פון די לאנג-דיסטענס קאמפאני פארן רופן אזוי סאך מאהל אין טאג [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער, דאנק א שיינע. מיר קומען שוין אהיים צו מזל און ברכה.
איך הייב אן טראכטען אז די ביזט דער קול מבשר ואומר אליין. זיי דיך מודה.
איך הייב אן טראכטען אז די ביזט דער קול מבשר ואומר אליין. זיי דיך מודה.
איך מיין אז קרעמער איז דער מבשר פאר'ן אומר, וואס האלט איר??
איך וויל דא ברבים איבערבעטן קול מבשר פאר א פארדרוסליכע טעות וואס איז אריינגעפאלן ביי אונזער איבערשרייבן זיינע נייעס, אנשטאט די בליזערד פון 96' האבן מיר געשריבן 06' וכדי בזיון וקצף, מיר האפן אז ער וועט אונז מוחל זיין.
קרעמער בשם אלע מיטארבייטער פון ק.נ.א.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אז מרעד שוין פון קול מבשר
ער האט היינט געמאלדען אז מען האט געפינען א דריטע היסטארישע וואנט אינטער דער ערד וויסט איינער וואס עס איז די היטארי פון דעם וואנט
ער האט היינט געמאלדען אז מען האט געפינען א דריטע היסטארישע וואנט אינטער דער ערד וויסט איינער וואס עס איז די היטארי פון דעם וואנט
CANO;
די ווענט וואס ווערן געפונען אונטערערדיש ביים גראבן אויפן הונטערשטן שפיץ פון מאנהעטן, ווערן געזאגט צו שטאמן פון די צייטן וואס די אינדיאנער האבן געהערשט איבער אמעריקע, זיי זענען געבויט געווארן צו שיצן די מאנהעטן אינזל פון ווערן פארפלייצט דורך די טייכן, אזוי האב איך פארשטאנען פון די לאקאלע נייעס באריכטן.

...REMEMBER
זכור
בלאט: 1 2