היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » וויאזוי קוקסטו אויס ?

וויאזוי קוקסטו אויס ?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1701627

gishmoker » 5/12/2005 07:35


ווען איך זעה א ניק און איך ליין אתגובה שפרינגט מיר ארויף אין מיין דמיון וויאזוי יענער קוקט אויס.
לאמיך פראבירן;

קרעמער = א בלאנדער טיכטיגער יונגערמאן, פעשליך, לאכט פון די וועלט...
יענטאאש = א דארער אידל, גאנץ זיסליך...
נאטורליך = א רויטליכער, מיט א פלאכע ביבער הוט...
קרעיטשמער = א מענטש אן א נאז...מיט א גרויסן יארמולקע...
פענסטער = די קאליר גרין...
פויער = א דיקליך הויכער פארשוין.. מיט ברוינע לעדערנע פאסיק און שטיוול...
גראף = א פרומער מיט שווארצע גלעזער...
יין שרף = צוליב א סיבה ווייס איך נישט.
נאט טו ביזי = א שיינע ארויפגעדרייטע בארד מיט רימללעס גלעזער...
שנאפס = גייט אן א וועסטל...מיט די ציצית אינטערן העמד...
זשובוי = א הויכער באטעמט אידל... רעדט אביסל עברית...


וועם כ'אב אויסגעלאזט זאל זיך מעלדן.

כמובן, דאס איז אלעס בלויז א דמיון וואס קומט לייענענדיג א תגובה אדער ווען מען זעהט א ניק, און ס'יז גארנישט מחייב און נישט מוכרח, און זיכער נישט אמת ... [בילד – נישט אפגעהיט]

not2bz » 5/12/2005 07:40

gishmoker

גאנץ גוט צוגעטראפן

not2bz » 5/12/2005 07:43

וואס טראכסטו ווען די קוקסט אמאל איבער דיינע תגובות?

taty11 » 5/12/2005 07:50

וואס איז מיט מיר טייערער געשמאקער, איך בין עפעס א ראזשינקע???[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

ניןהרחמן » 5/12/2005 08:07

וואס טראכסטי יעצט אז איך קוק אויס ווי?

jewboy » 5/12/2005 11:35

גישמאקער.

איך האב אויך אזוי אמאל געטראכט, און איך טראכט נאך אלץ.
אבער ווען מ'טרעפט זיך מיטן מענטש וואס שטייט אונטערן ניק, בד"כ ווערט מען זייער איבעראשט.

ס'איז אינגאנצן א אנדערע וועלט.

ווילסט סעמפל'ס?
איך קען נישט געבן אלץ גלוי!

קרעמער » 5/12/2005 14:33

געשמאקער שרייבט:

ווען איך זעה א ניק און איך ליין אתגובה שפרינגט מיר ארויף אין מיין דמיון וויאזוי יענער קוקט אויס.
לאמיך פראבירן;

קרעמער = א בלאנדער טיכטיגער יונגערמאן, פעשליך, לאכט פון די וועלט...


חביבי, דו האסט אלעס קלאר ארויס! דיין כח הדמיון איז עפעס אומנאטורליך געוואלדיג צוטרעפנדיג צום פונקט! און צום 'פונקט' מיין איך טאקע 'פונקט' פארקערט...

איך וועל נישט דערציילן אלע פרטים צוליב גילוי... אבער אויף די לעצטע זאך קען איך דיר ארויסגעבן דעם סוד: נישט "לאכט פון די וועלט", נאר "די וועלט לאכט פון אים"!

כורמיזא » 5/12/2005 15:47

קרעמער,
אלו ואלו דברי...
מילא א צורה קען מען אויס'דימיון'ן דער אויסקוק, אבער וויאזוי קען מען אויסמשל'ן אז מ'לאכט פון די וועלט?
אלא מאי, איינער וואס לאכט פון די וועלט רעכנט זיך דאך נישט מיט די אויסקוק און ער טוט זיך באקליידען צוגעפאסט צו זיין מיינונג און דעריבער ווייסט מען שוין אז ער לאכט פון די וועלט.
פרעג איך אייך, לאכט דען נישט די וועלט פון אזא איינעם[בילד – נישט אפגעהיט]

whats_up » 5/12/2005 16:03

איך האב געמיינט אז קרעמער איז א רויטער?

קרעמער » 5/12/2005 17:09

כורמיזא (איך קען נאך אמאל באשטיין צו פארשטיין די פירוש פון דיין ניק, איז דאס אזא סארט כרעמזל?);

[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 17:48

און געוואלד פון דע דאיאנעם האסטו אזוי כלאחר יד פארגעסן?

וואזשע גייט פאר מיט דיר גישמאקער? ביזט דאך אקאורשט געווען ביי מיר אין דאיען שטיבל מיט א שאלע

כורמיזא » 5/12/2005 17:50

דו ווייסט מיר א כורמיזא און די פרעגסט וואס דאס מיינט?[בילד – נישט אפגעהיט]


_____________________________
לחכימא - ברמיזא [בילד – נישט אפגעהיט] ולשטיא -בכורמיזא [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 5/12/2005 17:54

אין אנדערע ווערטער: כורמיזא = THUMBS UP?

אויף וועלכע שפראך? וויאזוי איז דאס מרומז אין די ווארט כורמיזא?

gishmoker » 5/12/2005 18:08

התאחדות אויש אינגאנצען פארגעסן פון דיר... יויש אויש קויש טויש....
טאקע דערפאר ואוס איך בין אזוי אפט ביי דיר פרעגן שאלות, דמיון איך נישט פון דיר ווייל איך זעה דיך דאך אין ריעליטי...

התאחדות = א ווייסע בארד,, נישט שרייבן כנגד תקנת הפורום.
כורמיזא = א מידל עידזש איד, מיט טיפע אויגן...250 פאונדס...
טאטי11 = א שטרענגע פנים, מיט א שפיציגע בארד...
נין הרחמן = א קליינע מיידעלע בעבי...


איינעם פארגעסן?


יעצט חברה שרייבסט אויך וואס איר דמיונ'ט לאזט מיך נישט אליינס. איך בין נישט בעל הבית אויפן אשכול....



תוקן על ידי - kraitchmer - 05/12/2005 19:22:10

כורמיזא » 5/12/2005 18:24

כורמיזא = אגרוף (אראמיש)
עס שטייט אין מדרש (משלי כב)
לחכימא - ברמיזא, פאר א חכם איז גענוג מיט א רמז.
ולשטיא - בכורמיזא, פאר שוטה מיט א פאוסט.
פארשטאנען?



_____________________________
לחכימא - ברמיזא [בילד – נישט אפגעהיט] ולשטיא -בכורמיזא [בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 5/12/2005 18:28

און יעצט קרעימער אפשר קענסטו מיר זאגען וואס THUMBS UP מיינט? און צו דען ווערט עס דערמאנט אין אונזערע מקורות?


-
איך נעם אראפ די חתימה

כורמיזא » 5/12/2005 18:30

גישמאקער [בילד – נישט אפגעהיט] (אבי די דמיון'סט נישט אין מיינע גאטשעס)

not2bz » 5/12/2005 18:32

ווען איך זה א תגובה פון cano און עס איז גוט געספעלט טראכט איך אז ער קוקט אויס אזוי
[בילד – נישט אפגעהיט]

not2bz » 5/12/2005 18:33

ווען עס איז נישט גוט געספעלט טראכט איך אז ער קוקט אויס אזויווי דער וואס ליגט אויפן פלאר
[בילד – נישט אפגעהיט]

שנאפס » 5/12/2005 18:36

אין מיין דמיון איז געשמאקער אן איד מיט ברייטן פנים, מיט א שווארצע בארד נישט צו לאנג נישט צו קורץ, ער האט א דיקליכן קול, ער האט ליב צו לאכן מיטן פולן מויל בעת זיין בייכל טאנצט מיט לויטן טאקט פונעם הא הא האהאהא, ער ביים טיר פון בית המדרש נעבען די פאליש אזוי פארפאסט ער נישט קיין איין לוצע, ער איז די קרעמעל פירער אין זיין בית המדרש.

קרעמער » 5/12/2005 19:29

כורמיזא;

THUMBS UP מיינט "אגודל ארויף", כזה: [בילד – נישט אפגעהיט]

עס ווערט דערמאנט אין פסוק "בוהן ידו הימנית".

אגב, עיין בחזקוני (שמות כ"א, י"ח) אז "כורמיזא" מיינט גארנישט קיין פויסט פון פלייש און בלוט, נאר פון "אייזן"!

דו ביסט אייזן!

כורמיזא » 5/12/2005 21:25

קרעמער, איך האב נישטא קיין חזקינו, אפשר קענסטו מיר דאס אראפ ברענגען, תודה

*

בראשית רבה כב, ט:
אמר רבן שמעון בן יוחאי, קשה הדבר לאמרו, ואי אפשר לפה לפרשו. משל לב' אתליטין, שהיו עומדין ומתגוששים לפני המלך, אילו רצה המלך פירשן [היה מפריד ביניהם, כ.] ולא רצה המלך לפרש, נתחזק האחד על חברו והרגו, והיה מצווח ואומר, מאן יבעי דיני קדם מלכא [=מי יתבע דיני ודמי מיד המלך, שהרי בידו להצילני ולא הצילני, כ.]

ווי אזוי האט די קעניג מפריד געווען צווישען זיי?
ער האט געמאכט מיט די האנט [בילד – נישט אפגעהיט] האט געמיינט לאזען לעבען, האט ער געמאכט אויף אראפ אז ער מעג אים הארגענען, (איינע פון די מפרשים אויפן מדרש, איך טרעף עס נישט כרגע)

התאחדות » 5/12/2005 22:02

כורמיזא און קרעמער ביטע נישט פארגיין פון דעם ענין

גישמאקער יאך ווייס אפילו נישט וואסארא גאטשעס יאך גיי נישט, יאך האבע געמאכט א גוגל סערטש און גארנישט געפונען, אולי ווילסטע ארויפלייגן א בילד פון די ר"ת גאטשעס?

שנית וואס איז מיט א בילד פון ערעב זארעכפעפער

קרעמער » 5/12/2005 23:15

כורמיזא;

פאר דיר (כמעט) אלעס!

לשון החזקוני (שמות כ"א, י"ח): או באגרוף. אבן, כתרגומו בכרומיזא, וכן מצינו בתורת כהנים אצל וחלצו את האבנים (ויקרא יד מ), בלבנים או בכורמיזיון, כלומר באבן אשר ימות בה. דאי סלקא דעתך אגרוף יד, מאי דכתיב ולא ימות, וכי בשביל מכת יד היה לו למות עכ"ל.

פויער » 7/12/2005 02:32

להכות באגרוף רשע.

סאכדעס » 5/5/2006 07:24

רבותי מ'האט שוין דא אסאך ארומגעטוישט הויבט אייך אייער כוח הדמיון.

פעדעקס » 7/5/2006 20:05

שלום עליכם סאכדעס!

נו, וויאזוי קוק איך אויס?

טאגליכט » 7/5/2006 22:21

און וואס איז מיט מיין צורה? ווי קוק איך אויס?

בענעדיקט16 » 8/5/2006 02:29

דער נייגעריגער עולם ווערט פארבעטן צו גענענען (נאנט-צו-טרעטן) צום שפיגל.

SINGER_73 » 8/5/2006 18:37

I am here.can you imagine how i look like,give it your best try

גרויזאמער » 8/5/2006 23:27

שותפות
[בילד – נישט אפגעהיט]

גרויזאמער » 8/5/2006 23:29

טאגליכט
[בילד – נישט אפגעהיט]

סאכדעס » 11/2/2008 03:53

לכבוד די וואכנאכט מעשה פון אנדי, ברענג איך עס ארויף צום אויבערפלאך.