היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ר' שמואל אלקנה רויטנבורג ע"ה

ר' שמואל אלקנה רויטנבורג ע"ה

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1702994

בןהרחמן » 6/12/2005 01:21

יעצט אריינגעקומען די מעלדונג אז עס איז נפטר געווארן דער חשובער' איד משמח אלקים ואנשים ר' שמואל 'אלקנה' רויטנבורג ע"ה, וואס זיינע מימרות האבן שוין עטליכע מאהל משמח געוועזן דעם עולם ביי אונז אין קרעטשמע,

די לויה וועט פארקומען ביי יראים טשאפעל היינט ביינאכט אום 8:30

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

בןהרחמן » 6/12/2005 01:35

יעצט באמערק אז קרעמער האט שוין געמאלדן מיט צוויי מינוט פאר מיר אין דעם אשקוך פון יארמער רב

קרעמער » 6/12/2005 01:37

איך וועל אים נישט מספיד זיין דא, אבער עטליכע נקודות:

כסדר געווען פרייליך, טראץ זיינע פילע צרות ויסורים ומכאובים ל"ע (פאר קיין שום אידיש קינד געדאכט), אלץ געהאט א גוט ווארט משמח צו זיין אלע ארומיגע אידן.

ובעיקר: געווען זייער נזהר אין כיבוד אם! ממש לא יאומן כי יסופר, ואכמ"ל.

יהא זכרו ברוך.