היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » שוין; די קרעטשמע איז מער נישט אינטערסאנט

שוין; די קרעטשמע איז מער נישט אינטערסאנט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1704556

gishmoker » 7/12/2005 02:41


איך קום היינט אריין אין קרעטשמע און ווי שטענדיג גיי איך גלייך צו צום אויבן אן טישן "די זופ פון די טאג"
און גארנישט קיין שום אינטערעסאנטס נישט דא,
קיין שום געטראנק צו נעמען אין מויל אאריין עפעס,
די ביר איז נישט קאלט
די קאווע איז נישט הייס
די וואסער איז נישט נאס
די סאדע האט שוין נישט קיין געז,
די טישן פארחזר'ט
שמוציג, ליידיג, פוסט, איבערגעדרייט

אזש די האר פון מיין קאפ שטעלט זיך אויף און שרייט אויס:
וואס גייט דא פאר ???!!!


נישט האבנדיג קיין ברירה נאר אז עפעס האט פאסירט און קיינער קומט מער נישט דא, האב איך באשלאסן די זעלבע ; איך גיי מיר אויך אוועק און מער נישט קומען דא אליינס, הע הע.. איך וועל עפעס דא אליין פארברענגען, בין איך דען יעדנס נארעלע ?

אפגעזאגט דאס מייניגע, הייבן זיך אויף נאך א צענדליג חברה פון קרעטשמע און לויפן ארויס צוזאמען מיט מיר....














































האטס נישט קיין מורא.... נאר איין וואך וועקעשאן...

גראף » 7/12/2005 02:49

ווען האט זיך אנגעהויבן די וואך?
ווען וועט זיך דאס ענדיגן?
איז דאס טאקע א גאנצע וואך?
וואו אהין פארט מען?
קען איך אויך אהינקומען?

נאטורליך » 7/12/2005 03:05

גישמאקער, ווי עס קוקט אויס ביזטו פארקראכען צו גאר אן אנדערע קרעטשמע.
ביי אונז איז מחיה א קוועלעניש. מיר האבען דא היינט געהאט א ווארימע זאפטיגע וועטשערע מיט א לחיים דערצו.
דער אויווען איז געווען געהייצט, זיך געטראפען מיט אלטע גיטע פריינט, זיך איינגעשאפט נייע, געפלאפעלט און פארברענגט.
אריין געכאפט א לשון הרע צוויי, געדאווענט מנחה און צוריק געגאנגען ארבייטען פריש און מינטער.

אקעי, סי נישט געווען לשון הרע, נאר א גלייך ווערטעל אויף איינעם א קרומער קאפ. דער עיקר מיר האבען הנאה געהאט.

ווער ווייסט צו וועלכער קרעטשמע די ביזט פארוואגעלט געווארען.

יענטאאש » 7/12/2005 03:11

דער געשמאקער איז נעבעך שיכור, איז ער אריבערגעלאפן אין די טריפה'נע קרעטשמע ביים אנדערן עק שטעטל, געכאפט ביטערע מכות פון די גוים, און יעצט שרייט ער...

איך מיין מען דארף אים אהיימפירן צו די פרוי, נו ווער קען זיך אונטערנעמען??!! חיים חייקל! דו שלעפסט דאך די פעסער וואסער כסדר, אפשר שלעפסטו געשמאקער'ן אהיים??...

תוקן על ידי - יענטאאש - 07/12/2005 3:12:46

קרעמער » 7/12/2005 03:14

נאטורליך;

קרומער אדער קרעמער? [בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 7/12/2005 03:15

ווער זאגט ער האט א פרוי?[בילד – נישט אפגעהיט]

נאטורליך » 7/12/2005 03:41

קרעמער, וואלט איך אמאל אויסגעהערט א גלייך ווערטעל אויף דיין חשבון?
קלאף זיך אויפן פיסק נאר פאר'ן טראכטען.

גראף » 7/12/2005 05:09

נאטורליך, איך וואלט געזאגט אז פארן טראכטן ברויך מען אויפן מח קלאפן, כזה: [בילד – נישט אפגעהיט]

משנה_למלך » 15/12/2005 08:39

היי טו אלל, באדדיס.

אזוי ווי איך בין געווארן משנה למלך האב איך נישט קיין סך צייט.
גישמאקער ווערט פארהאלטן ביי מיר אין די קאררעקשאנס אויף מיין אינישעטיוו, און איך וועל איבערנעמן זיין פאזיציע האפנטליך צי דינען מיינע אונטערטאהנען געטריי לויט ווי עס קומט זיי.

משנה למלך אחשורוש =קרעמער
מלפנים יואלי גישמאקער