היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » שוין געהערט אמאל דעם אויסדריק: גוטמוטיג?

שוין געהערט אמאל דעם אויסדריק: גוטמוטיג?

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1704604

יענטאאש » 7/12/2005 04:33

איך בין גוטמוטיג!

פרעג נישט פארוואס, פרעג פארוואס נישט!

כ'בין, קענסט מיך עפעס טון?

יענטאאש » 7/12/2005 04:48

שוין דורך צען מינוט, און איך בין נאך אלץ גוטמוטיג!

יא, איך בין פלעין גוטמוטיג!

כ'האב א ריזיגע שמייכל כמעט אזוי ברייט ווי דער קאמפיוטער סקרין, כ'טאנץ אונטער אויפן בענקל צום טאקט פון פרייליכע מוזיק וואס ארבעט פון אונטערוויילעכץ, און איך בין גוטמוטיג!!!

כ'האב נישט קיין באהאלטענע ניק'ס, פרוואס זאל איך האבן? כ'בין 'יענטאאש' און פערטיג! עפעס פעלט מיר?

עניוועי איך בין גוטמוטיג!!!

דיפלאמאט » 7/12/2005 04:54

פארוואס טאקע נישט?

נאטורליך » 7/12/2005 05:03

וויל איך נאר וויסען מיין ליעבער פריינד, הערשט די שמחה צוליב א גיטער איינגעמאכץ וואס איז היינט איינמאל-פאר-אלעמאל געלונגען?
אדער גייט עפעס אנדערש פארקומען אינטערען פארהאנג וואס די ווארטס שוין דערויף א וואך צוויי. און דאס באיינפלוסט דיין גרויסער שמייכעל אז די געפינסט פאר נוטיג אונז מודיע זיין פון דיין שרעקליכער גוט מוטיגקייט.
טוה אונז אלע מיטטיילען די גענויע סיבה.
נישט זאל זיך דאכטען אז מיר זענען דזשעלעס, פשוט אויס מורא דער שטן זאל חלילה נישט מקטרג זיין אז מי יודע.

והברכה אחת, דיין גוט מוטיגקייט זאל מאריך ימים זיין. עס ברענגט אריין א שמחה אין שטעטעל דיך צו זעהן מיט אזא שטראלעדיג פנים.

פענסטער » 7/12/2005 05:04

יענטאאש;

יו אר די בעסט [בילד – נישט אפגעהיט] A-1

גראף » 7/12/2005 05:11

איך האלט אז דו ביסט גוטמוטיג ווייל עס איז דיר געלונגען ארויסצוטרייבן קרעמער'ן פון קרעטשמע כזה: [בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 7/12/2005 05:13

דיפלאמאט, דו פרעגסט פארוואס טאקע נישט? וואס מיינט דאס? דו ווילסט וויסן פארוואס ער זאל נישט זיין גוטמוטיג? אדער דו ווילסט וויסן פארוואס ער האט טאקע נישט קיין באהאלטענע ניקס? [אגב, איך גלייב אז ער האט יא, ער וויל נאר אז עס זאל בלייבן באהאלטן, אנדערש ווי קרעמער וועלכער געט זיך דא אויס אלע זיינע ניקס].

דיפלאמאט » 7/12/2005 05:31

ליין ווי ער בעט זיך אז מען זאל פרעגן 'פארוואס נישט', און איך בין שטענדיג גרייט צו טוהן א טובה א אידן...

יא, זעט טאקע אויס אז ער וויל דער עולם זאל מיינען אז דאס איז זיין איינציגער ניק...

יענטאאש » 7/12/2005 06:01

דיפלאמאט;

און פארוואס טאקע נישט.


נאטורליך;

ס'קען זיין צוליב א סאך גוטע אורזאכן וואס האבן זיך מיטאמאל צוזאמגעשטעלט אין איין גרויסע באלי פון גוטסקייט, און אזוי ארום פארמירט א ריזיגע 'גוטמוטיגקייט'.

בנוגע דיין פראגע פארוואס איך מעלדעווע דאס אזוי ברבים, דאס איז פשוט צוליב דעם וואס נעכטן האט איינער געמאלדן זיין אנגעזעצקייט, און בבחינת זה לעומת זה האב איך געמאלדן מיין גוט-גוסטע'אישקייט און ברייט-שמייכלדיג'קייט.

פענסטער;

סאו ארר יו.

גראף;

מ'האמיר דאך היינט ביי די פארהאנדלונגען אפגעשמועסט אז דער 'גראף' פיצט זיך ארויס פון דא איינמאל פאר אלעמאל....

דיפלאמאט;

שכח.

קרעמער » 8/12/2005 23:36

יענטאאש;

דו ביסט געווען היינט אויף די 'טאפ סטארי'ס אין "די אידישע וועלט" פורום (איך האף אז דו ווערסט נישט באליידיגט [בילד – נישט אפגעהיט]).

זיי האבן געלייגט א לינק צו אט דעם אשכול, גיי ווייס פארוואס.

יענטאאש » 9/12/2005 02:41

קרעמער;

פארוואס עפעס זאל איך זיין באליידיגט? פאר בוש באדערט דען ווען דער 'די צייטונג' רעדט פון אים?.....

פארברענגן » 9/12/2005 04:36

יענטאאש גיט געזאגט [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 9/12/2005 06:06

שוין, הער אויס ר' יענטאאש;

איך האב נישט אזוי ווייט געמיינט דיין באליידיגונג ווי מיין... איך מוטשע זיך אפ די גאל, שרייב מיליאן און איין ארטיקלען, און גארנישט... קיינער געפונט נישט פאר וויכטיג צו 'לינק'ען צו מיינס אן אשכול, פלוצלינג כאפן זיי זיך ארויף אויף דיינס - אפילו נישט עפעס מורא'דיגן - אשכול, און מאכן דערפון א צימעס.

אבער איך גיי לכאורה זעהן אין דיר א גרויסע נקמה מארגן פרייטאג, ווען איך וועל ברעכן די נייעס פאר ענק איבער א גרויסע (אקעי איך געב שוין צופיל ארויס) .............

yankees » 9/12/2005 19:42

יענטאאש טייערער:
זאג נאר... ווי ברייט איז דיין קאמיאטער סקרין...
כ'וויל נאר עפעס אויסרעכענען...

גראף » 9/12/2005 19:56

יענקי, יעצט איינמאל האסטו גאר גוט געפרעגט [בילד – נישט אפגעהיט]

פענסטער » 9/12/2005 21:25

קרעמער;

היינט ביסטו אויך געווען אויפן טיש אין דעם פורם "א אידישער וועלט", איינער שרייבט אויף דיר דעס "פרובירט מאכן לעבעדיג און ברענגן שמייכעלען אויף די געזוכטער פון די ליינער".

אויך האט מען דיך דארט דערקלערט אלץ בדחן.

א גיט שבת.

קרעמער » 9/12/2005 21:28

יא פענסטער;

איך האב דאס געזען טאקע דארט היינט אינדערפרי. איך האב אים באדאנקט אין תיבה אישית פארן מיר באשרייבן אין א גינסטיגן ליכט, אנדערש ווי רוב אנדערע שרייבער דארט (אגב; לויט זיין געדאנקן גאנג דארט האט זיך קענעדי אליין געשאסן [בילד – נישט אפגעהיט]).

איך האב אבער געווארט אויף נאך עפעס, איך האף אז זונטאג/מאנטאג וועל איך שוין קענען רעדן דערוועגן.