היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ווער קען מיין אידיש ?

ווער קען מיין אידיש ?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1704785

חי_וקים » 7/12/2005 11:32

דער אידיש איז א אייניגע שפראך וואס אלע היימישע רעדן. אבער דאך איז דא אידישע ווערטער וואס איז פארעקסטערט און פרעזענטליך ווערט געניצט נאר ביי עטליכע קרייזן, יעדע קרייז האט עטליכע ווערטער און אויסדריקן וואס ווערט געניצט נאר באזיי, די קרייזן ווערן אפגעטיילט איינער פון אנדערן לפי מוצאם די געגנטער פון וואו זיי שטאמען, ס'דא עטליכע ווערטער וואס מקען דאס הערן נאר ביי די הינגערישע און אזוי אויך עקסטערע ווערטער ביי די פוילישע א.א.וו.
מיין שפראך איז א צאברישע אידיש, ווי אנדערע רופן דאס אן 'צ'אלמעריש'.

דא וועל איך ארויף לייגן עטליכע ווערטער וואס איך מיין אזעס ווערט געניצט נאר ביי אונז.

איך וועל נישט אפטייטשן די ווערטער איך וועל האס לאז פאר אייך,

לאמיר טעקע זעהן אויב איר קענט צוטרעפן דעם ריכטינגן מיינוג צום ווארט.

1) טרעטיוואל.

2) בלוסקע.

3) דזאבע.

4) קופטעלעס.

5) בראנדזענע.

6) זייטונעס.

7) קאפוז.

8) פארסאל.

9) קארטאפל.

10) קאפילוטש.

11) פארוק.

12) קאדאמעס.

13) קווארט.

14) באראד.

15) קצקעוואל.

16) סאכטען.

17) באלקאן.

18) שלייקעס.

19) צוכעפאכע.

20) פאנטאפל.

האט הצלחה

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

אבזרווירער » 7/12/2005 14:20

1) טרעטיוואל.
?
2) בלוסקע.
BLOUSE, ווערט גענוצט ביי אונז.
3) דזאבע.
פראש
4) קופטעלעס.
?
5) בראנדזענע.
אייזן? קופער?
6) זייטונעס.
?
7) קאפוז.
?
8) פארסאל.
שירעם?
9) קארטאפל.
פאטעיטע
10) קאפילוטש.
היט
11) פארוק.
שייטל?
12) קאדאמעס.
?
13) קווארט.
ווערט גענוצט
14) באראד.
?
15) קצקעוואל.
?
16) סאכטען.
?
17) באלקאן.
דאך
18) שלייקעס.
הויזנטרעגער
19) צוכעפאכע.
טוירטל?
20) פאנטאפל.
פאפוטשען

התאחדות » 7/12/2005 21:24

היצט געוויסע וואס חי וקים קען נישט אין מיין אידיש, דאס וואס אבזערווירער ווייסט אויך נישט, און וואו אויך געוויסע תיקונים אויף אבזערווירערס אידיש, וזה החלי:
1) סיידוואק
12) שפילן?
17) נישט דאך נאר פארטש
און מיט דעם בין איך פארטיג אויף דערווייל

קענסט שרייען חי וקים ס'עט דיר גארניקס העלפן

קרעמער » 7/12/2005 23:24

סאכדעס;

סיידוואלק איז 'טראטואר' נישט 'טראטיוואל', כנלע"ד.

טאגליכט » 8/12/2005 23:24

זייטונעס

= OLIVES

זארעכפעפער » 9/12/2005 00:10

כֿיי וועקאַיאָמ/טאָגליכֿט

זיַיטונעס איז ניט קיין יידיש
דאָס איז דער ישראל-יידיש-שפראַך (העברעאיש)
זית'נות
אין דער יידישער שפראַך הייסט דאָס איַילבירט

חי_וקים » 12/12/2005 02:31

אגרויסן יישר כוח פאר אלעם ,

פאר איך גיי דא אייך אויסלערענען מיין אידיש וועל איך קודם זאגן א פאר הערות אויף די תגובות דא,

1)א ווארט צו אביזערייהו.

לאמיך דיר צו צייכינען אוואו דו האסט צוגעטראפן און א וואו נישט.

2) בלוסקע. BLOUSE, ווערט גענוצט ביי אונז. [בילד – נישט אפגעהיט]ריכטיג
3) דזאבע. פראש. [בילד – נישט אפגעהיט] אמסארי איך ווייס נישט וואס מיינט פראש.
5) בראנדזענע. אייזן? קופער? [בילד – נישט אפגעהיט] ניין
8) פארסאל. שירעם? [בילד – נישט אפגעהיט]ריכטיג
9) קארטאפל. פאטעיטע [בילד – נישט אפגעהיט]ריכטיג
10) קאפילוטש. היט [בילד – נישט אפגעהיט]ריכטיג
11) פארוק. שייטל? [בילד – נישט אפגעהיט]
13) קווארט. ווערט גענוצט [בילד – נישט אפגעהיט] אויף וואס?
17) באלקאן. דאך [בילד – נישט אפגעהיט]ניין
18) שלייקעס. הויזנטרעגער [בילד – נישט אפגעהיט]
19) צוכעפאכע. טוירטל? [בילד – נישט אפגעהיט]
20) פאנטאפל. פאפוטשען [בילד – נישט אפגעהיט] שו אדא פאפוטשן?

לסיכום האסט צו געטראפן 7 (א חוץ פון די צוויי וואס איך ווייס נישט צו ביסט גערעכט) פון 20 ס'איז גוט.

________________

סאכדעס;

דו שרייבסט:
"היצט געוויסע וואס חי וקים קען נישט אין מיין אידיש".
יא יא סאכדעס, דיין אידיש און מיין איינגליש...!

יעצט לאמיך זעהן וואס דו טויגסט,

1) סיידוואק [בילד – נישט אפגעהיט]ריכטיג
12) שפילן? [בילד – נישט אפגעהיט]ניין
17) נישט דאך נאר פארטש [בילד – נישט אפגעהיט]ריכטיג

___________________

קרעמער;
What this 'טראטואר' ?

_________________

טאגליכט;

זייטונעס = OLIVES [בילד – נישט אפגעהיט]וואונדערבאר
__________________

זעראח;

אוי האסטו מיר לאכעדיגעמאכט

זעראח, איך מוז דיר זאגן ביסט א 'למדן', נישט אזא איך ווייס וואס א קליינער 'למדן', נאר א למדן מיט א ליינגער נון, און אזוי פאסט טאקע צו זיין פארט א חשובער דיין.

רבותי קומט וועט איר הערן דעם לאמדאנות שטיקל פונם דיין וויאזוי ער איז צוגעקומען צום מסקנה אז זייטונעס איז 'זית'נות' אין היברו,

אז מען זאגט ארויס פון מויל דעם ווארט זייטונעס הערט זיך אין דעם ווארט אקלאנג פון זית, איז ווייסן מיר שוין אז זייטונעס איז זית, אבער יעצט פרעגט זיך אקשיא אז ווען מען זאגט ארויס מיטן מויל דער ווארט זית הערט מען זאיס מיט א 'ס', אויב אזוי פון וואנט שטאמט דער 'ט' אינעם ווארט זיי'ט'ונעס?
דער תירוץ איז אז סי שטאמט פון היברו! אין היברו זאגטמען זית זאיט מיט א 'ט' .אזוי ווערט פארהענטפערט האט די שווערע קאשע.יא יא גאר א פיינער תירוץ.
אבער דאך איז שווער פון וועכער שוירעש קומט דער 'נ' וואס געפינט זיך אינעם ווארט זייטו'נ'עס? דרייט זיך אזוי ארום דער דיין פוןאיין זייט צום אנדער זייט און צוריק וחוזר חלילה מיט א געקנייטשטער שטערן טראכטנדיג אין פשט אינעם 'נ' פלוצלינג גיט זיך דער דיין א שטעל אפ מורמולט זיך אונטער הע פאשעט דאס איז דאך לשון רבוי א איינצעלע זאגט מען זאיט, אסאך זאגט מען זאיט'נות וכן מצינו מת'נות דור'נות מזו'נות, לשון ריבוי ענדעגט זיך מיט א 'נות' והכל בא בשלום על מקומו.

איי איי געוואלדיג...!!!

מיין מג"ש פלעגט זאגן: ''איר זענט טאפלט ניט גערכט,איין מאל ווייל איר זענט ניט גערעכט און נאך אמאל ווייל ס'איז ניט ריכטיג...''

אין היברו זאגט מען פאר א איינצעלע 'זית' פאר עטלאכע 'זיתים'
במיחלת כבוד קורתך אבער אין היברו איז נישטא אזא ווארט 'זיתנות'

איך האב פראבירט אויף צו זוכן א ווארט וואס ס'איז ענדליך צו זית'נות כלומר א ווארט וואס אייבט זיך אן מיט א 'ז' און ענדיגט זיך מיט א 'נות' איין איינציגע ווארט האב איך געטראפן, זו'נות, איך בין זיכער אז נישט דאס האסטו געמיינט ווייל נישט איך און נישט דו ווייסן וואס דאס ווארט מיינט.

_____________




קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

אבזרווירער » 12/12/2005 03:07

חי וקים

א פראש אויף לשון הקודש איז צפרדע
א קווארט איז א סכום פון א מאס - מדה.
פארוואס זאגט איר נישט וואס זייטונעס מיינט?

בארטענדער » 12/12/2005 07:17

א קווארט איז א טעפל וואס מען וואשט זיך די הענט

טשאלענט » 12/12/2005 07:32

מען דערט דא פון אלע מיני אידישע ווערטער, קען מיר איינער אפשר זאגן וואס די ווארט יושקע מיינט???

מיכאל זינגט עס געמיטליך אויף זיין טעיפ.

***די טאטע מאכט א יושקע***

jewboy » 12/12/2005 14:42

באלקאן = טאראסע

קרעמער » 12/12/2005 16:02

טשאלענט;

מיכאל'ס "יושקע" איז שוין ברייט באארבעט געווארן אמאל אויף "חדשות אנ"ש", גיי זוך עס אויף...

זיסע_גאל » 12/12/2005 16:17

בראנדזענע מיינט עגפלענט?

זארעכפעפער » 13/12/2005 02:33

כיַיוועקאַיאָם;

היך זע טאַקע אַז דו ביסט האַ לאַמדען מיט האַ גרויסן קאַטצן קאָפ... (פון גאַנץ שפה האיווריט אָט דיין קאָפ ניט געקענט אויסגעפֿונען קיַין איַין וואָרט וואָס זאָל זיך הענדיגן מיט 'נות' האַחוץ ז...).

האַחוצמזה וואָס דיַין לאַמדאָנישער קאַטצן קאָפ אָט ניט געכֿאַפט די פשוטע איוורע טייטש פון מיין תגובה, וויַיל איך אָב ניט געשריבן אז: "זיַיטונעס איז דער איווריטישער וואָרט אויף זיתים", איך אָב געשריבן אַז: דאָס איז "ישראל-יידיש-שפראַך", און דערביי אָב איך אריינגערינגלט העברעאיש...

היצט פאַרשטייסטו שוין?

אין די יידישע שפראַך איז אלעמאָל אריַינגעפאַלן ווערטער. אין פוילן פויליש-יידיש, אין אַמעריקע אנגלית-יידיש, אא"וו. דאָס זעלביקע איז ביַי איַיך סאַבראַלאַך...

און נאך האַלעם בין איך דאָך - דאַנק דעם פֿון אויבן - ניט קיין סאַבראַלע, איז קאָן זיין איך בין ניט גערעכֿט, איז אַלזאָ קענסטו מאַכֿן אַ לאָמדיש פשעטל פֿאַרוואָס זיתים איַיסט זיַיטונעס...

חי_וקים » 14/12/2005 12:53





1) טרעטיוואל.= טרעפל

ווי סאחדעס האט שוין דערמאנט אז דאס מיינט 'סיידוואלק' די וואס רעדן נישט דעם סאברע שפראך ניצן זיי דעם ווארט 'טרעפל'. איז דען דער ווארט טריטעוואל א העכטע אידיש ווארט? מיר זעהט אויס אז יא!ווי איר קענט מערקן ליגט אין דעם ווארט טרעטיוואל דעם שורש 'פון 'טרעטן'.
וואס זאגט איר?


2) בלוסקע.= העמד

אין אידיש ווערט געניצט דער ווארט 'העמד', און אויך ביי אונז ניצט מען זיך מיטן העמד, אבער מער מאל ווערט געניצט דער ווארט בלוסקע. ווי 'אבזרווירער'(ניק) האט שוין געשריבן, און איך מיין אויך אזוי אז דער ווארט בלוסקע שטאמט גאר פון אינגליש, פרעגט זיך דאך ווי אזוי קומט אן א איינגליש ווארט אין די פאלאסטינער אידיש?
דער הענטפער צו דעם מיין איך איז, פונקט די זעלבע סיבה צו דעם וואס מ'רופט ביי אונז א אויטא-באס 'טייגער' (איינט איז כמעט וואס מ'הערט שוין נישט האט דעם ווארט 'טייגער' אבער אין מיין יוגונט פלעגט זיך האס הערן אפטער)טייגער (טיגער-נמר) איז געוועזן (בערך פאר דרייסיג-פערציג יאר צוריק) דער נאמען פונעם אויטאבאס קאמפעני, און אזוי זעהט אויס אויך אז ס'געווען אמאל אקאמפעני פון העמדער מיטן נאמען 'בלוס' און פון בלוס איז געווארן בלוסקע.

3) דזאבע.= פרעש

פרעש איז די העכטע אידיש ווארט פון 'דזאבע', פרעגט מיר נישט פון וואנט שטאמט דער ווארט דזבע ווייל איך ווייס נישט. איך קען אייך נאר דערציילן אז ווער איך הער דעם ווארט דזאבע ווערט מיר קאלט אין די ביינער, אין ישיבה האב איך געהאט א חבר א אייראפעשער וואס ער פלעגט אונז סאבראלאך מכנה שם זיין לגנאי 'דזאבאלאך' איין מאל איז א ווערטל א צווייטן מאל אויכעט אבער זהעט אויס אז איהם האט זייער געפעלן דער ווארט דזאבאלע און ער האט נישט אויפגעערט דזבזעווען, יא וואס זאגסטו זאבלע א וואו גייסטו זאבעלע וואס איז עפעס נייעס זאבאלע א.א.וו. אזוי אז ער האט שוין באקומען אין ישיבה דער נאמען 'דזאבע' כלומר אזא איינער וואס האלט אין איין ארויספריצן קליינע זאבאלעך כמובא בח"זל לענין מכת צפרדע. אקיצער נישט געדויערט אסאך צייט און ער איז מיאוס'דיג אום געגיינגען אין א שרעקליכע עקסידענט.

המשך יבא




קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

גראף » 14/12/2005 15:43

חי וקים, פאר די דריטע שטיקל וואלסטו געברויכט עפענען א באזונדערע אשכול מיטן נאמען "נאך א שוידערליכע מעשה".