היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » שיער יא אדער שיער נישט אדער סתם שיער

שיער יא אדער שיער נישט אדער סתם שיער

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1708446

whats_up » 9/12/2005 18:45

איך האב שוין לאנג געוואלט דעס אויסשמועסן נאר איך האב נישט געהאט קיין געדולד אבער אזויווי איך האב פריער געזען אויף חדשות אנ"ש אונעם אשכול "הנותן שלג כצמר: וואס איז דאס שניי"? ווי אונזער גראף האט דארט געשריבן די דאזיגע שרות

"מען עפענט אויף דעם טיהר אינדערפרי, און עס אנטפלעקט זיך א שניי ווייסער וועלט, אלס איז צוגעדעקט מיט א הערליכע ווייסע שיכט פון פיינע פרישע (שיער נישט געשריבן ווארימע) שניי."

און איך האב נישט קיין רשות כתובה דארט און אזויווי דער גראף דרייט זיך אויך דא וויל איך אים דא פרעגן וואס מיינט שיער נישט?

האסט שיער יא געשרבן? אדער שיער נישט געשריבן? אדער האסט שיער געשריבן?

גראף » 9/12/2005 19:55

איך האב נאכנישט געענדיגט צוזאמרעכענען אלע ליגנט'ס וואס דו האסט דא צוזאמגעווארפן... שוין. הער אויס, די זאך איז אזוי, 'שיער' אליין ברויך א הסבר, וואס מיינט דאס? יעצט, ווען דו וועסט וויסן וואס 'שיער' מיינט, וועלן מיר ווייטער רעדן אויב איך האב שיער יא געוואלט שרייבן אדער שיער נישט געוואלט שרייבן אדער שיער געשריבן.