אונזער חבר "בענקל34" האט געפרעגט עטליכע שאלות בענינא דהיידפארק, וועלן מיר טאקע לכבודו גרינדן אט דעם אשכול וואו יעדער וואס האט א שאלה אדער הערה אין דעם ענין זאל דאס פרעגן אדער זאגען.
איך וועל אנהייבן מיט אן ענטפער פאר מיין ידיד ר' בענקל אויף זיינע אנפראגעס (וועלכע ער האט געלייגט אינעם אשכול "פראגע פון פרשת ויצא").
מיין טייערער בענקל, דו האסט אנגעפרעגט דעם עולם עטליכע שאלות בנוגע דעם פארק אין וועלכן מיר פארברענגן אזויפיל צייט (בעוה"ר), לאמיר דיר פרובירן ענטפערן כפי שידי יד כהה מגעת.
1. א תגובה מיינט א "רעאקציע" (לויט אונזער ידיד מר. התאחדות) אדער א "מעסעדזש/פאוסט" לויט מיין השערה.
2. היידפארק איז געמאכט געווארן דורך עטליכע חברה אין איזראעל, איך גלייב אז זיי האבן אינוועסטירט דערין אסאך געלט, אבער זיי מאכן דאס צוריק פון אדווערטייזמענטס וואס דו זעהסט אין די זייטן דא. יעצט געהערט דאס פאר א קאמפאני מיטן נאמען "חברה".
3. מסורת היידפארק איז געגרינדעט געווארן דורך דעם אנפירער פון דעם "בחדרי חרדים" פורום (א העברעאישע פורום וואס האט די מערסטע ליינער און שרייבער ווי סיי וועלכע פורום אויף היידפארק), כדי אונזערע אידעלעך זאלן זיך נישט דרייען אויף היידפארק אליין וואס איז אנגעפולט מיט כל דבר אסור.
4. דער זייגער צייגט די צייט פונעם מיטל מזרח (ארץ ישראל וכדו'), ביי זיי איז דא דרייצן אזייגער (נאך צוועלף מיטאג) אזוי ווי אין אסאך אנדערע לענדער אויסער אמעריקע.
5. א רויטע פינטל קען א מנהל לייגן נעבן אן אשכול, דאס מאכט אז דער אשכול זאל בלייבן אויבנאן אז יעדער זאל זיך גלייך באגעגענען דערמיט. געווענליך לייגן מיר דאס ווען עס איז דא א וויכטיגע מודעה און מען וויל אז יעדער זאל דאס באמערקן, אדער ווען עס איז אן אקטועלע טעמע ווי די פרשה פון די וואך.
6. א מנהל מיינט א בעל אחראי, ער האט געגרינדעט דעם פורום, און ער נעמט זיך אונטער אז עס וועט זיך פירן לויט די תקנות פונעם פארק. אויב א מנהל זעהט עפעס וואס טויג נישט, קען ער דאס אויסמעקן, טוישן, ארונטער נעמען א גאנצע אשכול, אדער אפילו חוסם זיין (פארשפארן) יענע ניק פון שרייבן אויף דעם פורום. עס איז נישט שווער צו ווערן א מנהל, עס איז אבער א געוואלדיגע אחריות.
7. א שלאס אויף די זייט פון אן אשכול מיינט אז דו קענסט נישט צושרייבן דערצו, עס איז פארשלאסן פאר ווייטערדיגע דיאלאג.
איך האף אז דו האסט פארשטאנען, אויב נישט, זיי מקיים נאכאמאל דעם ולא הביישן למד וואס דיין רבי האט דיר געלערנט.