היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » היינט אין מקוה

היינט אין מקוה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1714736

איוואן » 14/12/2005 08:55

אזוי ווי היינט האב איך נאך געוואלט אריין כאפען א שאויער פארן גיין אין מקוה, בין איך אויפגעשטאנען מיט א 10 מינוט פריער כדי דאס זאל נישט שטערן דאס דאווענען, איך לויף מיר אריין אין מקוה איך טיה מיר שנעל אויס די בגדים, אין איך לויף מיר אריין אין שאויער מיט איין אימפעט.

איך צינד אן דעם שאויער אין גארנישט, נישט קיין הייס וואסער נישט קיין קאלט וואסער, איך דריי מיר אהער אין אהין, און עס קומט נישט קיין וואסער.

איך רייס אריין אינעם נעקסטן שויער, מיט די האפענונג אז דארט וועט יא זיין עפעס וואסער, אבער וואונדער איבער וואונדער נישטא קיין וואסער! וואס וועט דא זיין ?

איך דערזעה ווי די לעצטע שאויער האט יא וואסער, ווארט איך יענער זאל ארויסגיין, און איך גיי אריין אינעם לעצטן שאויער, און ווידער די זעלבע.......

יא, וואס איז? גארנישט! איך וויל דיר עפעס זאגן שטילערהייט. זיי נישט ברוגז רוימט ער מיר אריין אין אויער, אבער די האסט דאך אן דיין היט!...

אינטרעסאנט, איך האב געשפירט שטיינער אין זעצעס אויף מיין קאפ!

RebMechel » 14/12/2005 18:57

עס איז א גיטע השגחה פרטית מעשה, שטעלט אייך פאר ווען די שויער ארבייט ווען יא וואלסטו געהאט א נאסע היט. שיק עס אריין צו די מעלות.

איך למעשה געב מיך א עצה אין אזא פאל. איך טובל זיך, דערנאך זייף איך מיך ארום, דערנאך שפרינג איך אריין אין מקוה זיך אפצושווענקן.

קרעמער » 14/12/2005 20:08

יא, שיק עס אריין צו די "מעלות" ביי די רובריק "קליינע אוצרות".

איוואן » 14/12/2005 21:01

קרעמער טייערער[בילד – נישט אפגעהיט]...


איך האב עס שוין אריינגעשיקט.

יענטאאש » 15/12/2005 02:15

איוואן;

לאז אונז נישט איבער אינמיטן, למעשה וואס איז געווארן האסט זיך געשויערט אדער נישט??

קרעמער » 15/12/2005 02:46

יענטאאש;

ס'י מיט דיר? שמעקסט נישט אליין?

יענטאאש » 15/12/2005 02:51

איך שמעק יא, כ'האב געמיינט אז אזוי איז עס שוין נאך די שויער.....