איצט געהערט אין די נייעס אז ס'וועט גאנץ מעגליך יא פארקומען א סטרייק ביי די באן טרייבערס מיט די בעל עגלה'ס.
זיי רייסען זיך ארום מיט די MTA איבער געלט זאכען.
בקיצור, וואס וועט מען טוהן דא אין קרעטשמע?
פעדעקס;
ס'איז שוין דא אן אשכול דערוועגן מיטן נאמען MTA.
אבער אז דו רעדסט שוין יא דערפון, אפשר קען מען ליפערן מענטשן מיט פעדעקס? וויפיל רעכנט איר פאר א פונט? קען מען דאס מאכן אווערנייט?
גערעכט קרעמער,
אבער כ'האב נישט געלעזט די גאנצע אשכול, כ'האב נאר געזען וואו די ביסט אזוי דאנקבאר פאר דעם דאללער...
אויב דו ווילסט דוקא קענסטו עס צוזאמשמעלצן.
איך האב אן ערנסטע שאלה, טאמער פארק איך היינט מיין אויטא ביי א באס-סטאפ באקום איך א טיקעט אדער יא?
איך זיך א רייד אהיים פון מאנהעטען
כל הקודם זכה
[אימעיל אוועקגענומען]בתודה מראש
אייל זיך נישט אזוי רעב נאטורליך, כאב דיר אנייצע, שרייב דיין ארטיקל פאר פאריגע וואך.
און צו דיר פענסטער באטשי וואס איז דיין שאלע מיט די באס קאמפאני, איך ראט דיר דו זאלסט פארקן געהעריג, און אויב באקומסטע א טיקעט זאג זיי אז סאכדעס האט גוזר געווען זיך נישט וואוסענדיג מאכן, און זאג זיי אז איך האב שוין מיט זיי פיל מאל געשלאגן כפרות, און כאב נישט מורא, זיי נעמען סייווי נישט צו מיין קאר.
התאחדות
במחילת כבוד ....הרמה, פארשטיי איך נישט וואס די האסט דא געשריבן.
נאטורליך
איך וואלט געדינגן א קאר און באשטעלט נאך דריי מענטשן זאלן זיך אריינזעצן דערין, אריבערגעפארן דיר אויפפיקן (אזוי נייגעריג בין איך צו וויסן ווער דו ביסט).
דער פראבלעם איז: איך האב נישט קיין דרייווער'ס לייסענס...
איך האב אן עצה, בעט א חבר וואס האט יא דרייווער'ס לייסענס צו דינגען די קאר און קום די מיט אים און נאך צוויי.
איך פאר ארויס פון
BEAVER ST
ארום 5:30 נאכמיטאג קיין ווילי
וויל איינער קומען?
גראף לאמיר מאכן א געשעפט, איך האב לייסענס, און דו עסט צאלן.
איינער פרעגט מיך אויב מען מעג פארקן ביי די באס סטאפ, זאג איך אים אז ווען די טרעפיק פאליס וועלן סטרייקן וועט ער קענען.
נאטורליך;
ביסטו אנגעקומען אהיים בשלום? וויפיל חברה האבן דיר געאפערט א רייד? וואס טוט זיך היינט?