~~~פראגע אויף פרשת וישב~~~
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1721069
א גיטע וואך.
אזויווי איך זעה אז קרעמער איז נאכנישט דא,
וועל איך אנפאנגען מיט די פראגע פון די וואך.
(קרעמער, כ'האף אז די ביסט נישט ברוגז אויף מיר.)
אזויווי איך קען נישט קיין מדרשים און ראשונים {אנפאנג וואך זעכער נישט} וועל איך פרעגן פלעין א טייטש ווארט.
וואס טייטשט "כתונת פסים"?
דוכט זיך מיר אז עס טייטשט: א זיידענע העמעדל.
אפשר נישט???
א גוטע וואך פענסטער;
חס ושלום, איך ברוגז? איך ווייס קוים וואס דאס מיינט.
כתונת פסים: רש"י אויפן פלאץ טייטשט דאס אפ "א זיידענע העמדל" (ובדרך דרש ברענגט ער א מדרש אגדה אז דאס איז די ראשי תיבות פון זיינע צרות: פ'וטיפר ס'וחרים י'שמעאלים מ'דינים).
רש"י אין מסכת שבת (דף י' ע"ב) ברענגט אויך דעם פשט, און לייגט צו אז ער האט געפונען א צווייטע פשט: "פסים" איז מלשון "פס היד", אז אונטען פונעם ארבל - וואו די האנטפלאך קומט ארויס - האט ער געלייגט זייד, און נישט די גאנצע בגד איז געווען פון זיידן. (אזוי שטייט אויך אין דעת זקנים לבעלי התוס').
דער תרגום יונתן און תרגום ירושלמי שרייבן: "פרגוד מצויר", דאס מיינט א געפארבטע בעקיטשע... (אין אבן עזרא שטייט "כתונת מרוקמת", דאס מיינט אז עס האט געהאט אריינגעוועבט צורות דערין, מעשה רוקם).
דער חזקוני ברענגט אז דאס איז גאר א לשון פון "פיוס", אז ער האט אים איבערגעבעטן מיט דעם שיינעם העמדל (אויף דעם וואס די שבטים האבן אים פיינט געהאט?).
תוקן על ידי - קרעמער - 18/12/2005 4:23:19
האלאו קינדערלעך, עטס מיינטס איך בין א כתה א' רבי, פון די זיידענע העמעדל ווייס איך אויך צו זאגן, און אז איך פרעג מיין איך נישט דעס.
קרעמער;
ווי טייטשט רש"י "א זיידענע העמדל"? דעס אז פסים איז טייטש זיידן שטאמט דאכט זיך פון די "באבע טייטש", רש"י טייטשט "כלי מילת" און לדעתי איז מילת נישט די אפטייטש פון זיידן.
כיתה ג' רבי - פענסטער;
כלי מילת טייטשט: זיידן!
רש"י ברענגט אז דאס איז מלשון "כר/פס", וואס דער אבן עזרא (מגילת אסתר א', ו') שרייבט אז דאס איז "משי"="זייד".
קרעמער עט דיס פוינט יו אר מיסטעיקען.
דער ערוך טייטש מילת, וואהל. מיט כמו"כ מקורות אין חז"ל
רש"י טייטש קיינמאל נישט פסים = זיידן, עס איז גענומען פון ספה"ק פירוש ע"ט.
נאטורליך סארי פענסטער.
איך האב גראדע יא געמיינט אז דו ביסט א כיתה א' רבי.
ווער דען האט אזויפיל צייט אויב נישט א רבי אין חדר ..?
תוקן על ידי - משנה_למלך - 18/12/2005 5:39:02
***
שאלה: וויאזוי האט געהייסן פוטיפר'ס ווייב?
תוקן על ידי - קרעמער - 18/12/2005 8:14:57וואס מיינט "כלי מילת"?
עס שטייט אין פסוק ועשה לו כתונת פסים (בראשית ל"ז, ג'). זאגט רש"י: לשון כלי מלת, כמו כרפס ותכלת, וכמו כתנת פסים דתמר ואמנון.
ברויך מען וויסן וואס "כלי מלת" מיינט:
גמרא שבועות (ו' ע"ב) מאי צמר לבן, אמר רב ביבי אמר רב אסי צמר נקי בן יומו שמכבנין בו למילת. איז משמע אז מילת איז א בגד פון "וואל" (זעה אויך רש"י שבת נ"ד ע"א: למילת, לעשות מצמרו כלי מילת). אזוי איז אויך משמע פון תרגום יונתן (יחזקאל כ"ז, י"ח) וועלכער טייטשט אפ די ווערטער "וצמר צחר" "ועמר מילת כבינא", וואס דאס איז וואל. זעה אויך אין סוטה (מ"ט ע"ב) אבל עושה אותה כיפה של מילת, זאגט רש"י "כיפה, כמו כובע של צמר לבן". רש"י אין חולין (נ' ע"ב) טייטשט אויך אפ דאס וואס די גמרא זאגט מקום שאין בו "מילת", מקום יש בכרס חלק שאין שם אותו "צמר" וכו'. זעה אויך רש"י אין שיר השירים (ד', ב') אויפן פסוק שניך כעדר הקצובות שעלו מן הרחצה כו' "ליזהר בצמרן שעושין אותן לכלי מילת" וכו'.
לעומת זה געפונען מיר אויף עטליכע פלעצער אז דאס מיינט "זייד", ווי רש"י ברענגט אז דאס איז מלשון "כרפס" וואס אין מגילת אסתר מיינט דאס "זייד" (כמבואר באבן עזרא שם). זעה אויך אין משניות (מס' מדות פרק ג' משנה ז') וחמש מלתראות של מילת היו על גביו, זאגט דער ברטנורא אז דאס מיינט גאר פון א בוים וואו עס וואקסן "עפצים" וואס אין אראמיש הייסט דאס "מילין" (גיטין י"ט). און דער תפארת ישראל שרייבט אז דאס איז אזא סארט "רויטע זייד" ע"ש.
ווידער געפונען מיר אז דער תרגום יונתן שרייבט "מילת" אויף בגדים פון "לען", זעה אין ויקרא (ט"ז, ד') אויפן פסוק "כתונת בד קדש ילבש ומכנסי בד וגו' ובאבנט בד וגו' ובמצנפת בד וגו'" טייטשט ער דאס אויס "כתונא דבוץ מילת כו' ואוורקסין דבוץ מילת כו' ובקמורא דבוץ מילת כו' ומצניפא דבוץ כו'".
נאך א פשט געפונען מיר אויף "מילת" אז דאס מיינט גאר א שיינע "מעיל", א קליידל. אזוי טייטשט דער רשב"ם על התורה דא אין פרשת וישב, און אזוי שטייט אין פי' מהר"י קרא אין יחזקאל (כ"ז, י"ח), וואס ער טייטשט אויס די גמרא "שמכבנין אותו למילת" אז דאס מיינט "שמכבנין אותו לארוג מעיל ממש".
דער תרגום יונתן און תרגום ירושלמי טייטשן כתונת פסים "פרגוד מצויר" וואס דאס מיינט "א געפארבט בגד".
א סך הכל פון אלע פשטים: "מילת" מיינט א פיינע בגד פון געפארבטע שטאף (וואל, לען, אדער זייד).
תוקן על ידי - קרעמער - 18/12/2005 8:19:06קרעמער;
איך האב געשריבן כתה א' רבי ווייל אזוי האסטו געשריבן וז"ל: דו מיינסט אז איך פרעג פסוקים פון חומש, אדער אפענע רש"י'ס? איך בין נישט קיין כיתה אל"ף רבי... איך רעד דא מיט ערוואקסענע (?),עכ"ל.
משנה;
וואס פאלט דיר ביי אז איך האב אזויפיל צייט? איך האב בכלל נישט...
יעצט צוריק צום נושא.
קרעמער שרייבט: לעומת זה געפונען מיר אויף עטליכע פלעצער אז דאס מיינט "זייד", ווי רש"י ברענגט אז דאס איז מלשון "כרפס" וואס אין מגילת אסתר מיינט דאס "זייד" (כמבואר באבן עזרא שם).
ווער זאגט אז רש"י האלט אויך אזויווי די אבן עזרא, איבעראל ווי רש"י טייטשט אפ די ווארט מילת, זאגט ער וואל (שבועות ו' ע"ב, שבת נ"ד ע"א, יחזקאל כ"ז פסוק יח, און אזוי אויך און סנהדרין וכו')
ווייטער פון די מהר"י קרא וואס די ברענגסט צו, מוז אויך נישט זיין אז ער איז מחולק מיט די אפטייטש פון פסים = וואל, ער זאגט נאר אז מ'קען מאכן א מעיל דערפון (לויט ווי אזוי די האסט אפגלערנט די מהר"י קרא, וואס טייטש כתונת פסים? א העמד מעיל?)
די זעלבע איז אויך שייך צו זאגן לגבי די רשב"ם, תרגום יונתן, און תרגום ירושלמי.
==
אגב, אויף די רש"י און שבת דף י' ע"ב וואס די האסט נעכטן צוגעצייכנט, "פסים" איז מלשון "פס היד", אז אונטען פונעם ארבל - וואו די האנטפלאך קומט ארויס - האט ער געלייגט זייד, און נישט די גאנצע בגד איז געווען פון זיידן.
האב איך נאר געוואלט צולייגן אז רש"י זאגט עס דארט אויף די גמרא "לעולם אל ישנה אדם בנו בין הבנים שבשביל משקל שני סלעים מילת שנתן יעקב ליוסף וכו'.
אויף דעם זאגט רש"י קודם אז די שני סלעים איז לאוו דווקא (א גאנצע בגד וועגט מער ווי צוויי סלעים) און נאכדעם לייגט רש"י צו ובתלמידי רבינו יצחק הלוי מצאתי כתוב וכו' אז ס'איז נאר געווען אויפן פס היד.
פענסטער;
איך וועל דיר יעצט צייגן א רש"י וואס זאגט אז "מילת" מיינט א "מעיל", אבער פרעג נישט אז לויט דעם מיינט "כתונת פסים" א העמד העמד'ל, ווייל "מעיל" איז דער טייטש "א בעסער מלבוש"!
זעה אין רש"י (שבת י' ע"ב) "מילתא אלבושייהו יקירא", טייטשט רש"י אפ דאס ווארט "מילתא" = "מעיל"! אזוי ווי דער רשב"ם דא אין חומש, און דער מהר"י קרא אין יחזקאל.
==
יעצט וועל איך צוברענגן דעם ערוך'ס פשט (איך האב עס נישט געזען אין ספר הערוך, נאר אין הערוך על הש"ס שבת י' ע"ב):
דער ערוך (ערך 'מל' י"ד) שרייבט: מילתא אלבשיהו יקירא, צמרי ופשתי שמני ושקויי (הושע ב', ז') תרג' כסות "מילא" ובוץ משח. א"ב: שם אי נקרא 'מילת' בל"י ורומי, והיא קרובה למחוז איטליא, והיה שם צמר דק ונקי מאד וממנו עושים בגדים אשר יצא שמותם בכל הארץ.
קומט אויס גאר א נייע פשט, אז "מילת" איז גאר א נאמען פון א "אינזל" וואס דארטן פלעגט מען פראדוצירן א דינע ריינע וואל!
עס איז זייער מסתבר אז דאס איז דער אינזל "מאלטא" וואס געפונט זיך טאקע דרום פון איטאליע!!!
תוקן על ידי - קרעמער - 18/12/2005 22:44:44
איך מעג פרעגין פון א אנדערע ענין?
ווען איז לאה אמנו נפטר געווארן?
דער רמב"ן הק' זאגט אויף די ווערטער נשי אביו, אז כאטש פאריגע וואך רופט דע תורה אן בלהה וזלפה "שפחות" אבער דא וויבאלד רחל ולאה האבן שוין נישט געלעבט, רופט ער זיי שוין "נשי אביו".
רחל שטייט בפירוש פאריגע וואך אז זי איז נפטר געווארן, אבער ווי שטייט, און ווען איז לאה אוועק?
קרעמער'ל טייערע, אפשר זאגסטו מיר פון וואסארא שטאף די מעיל איז געמאכט, רש"י זאגט נישט דא אויפן פלאטץ, ונלמד סתום מן המפורש פון די אלע פלעצער ווי רש"י זאגט אז דאס איז וואל. און אזוי זאגט אויך די יעב"ץ אויפן פלאץ וז"ל בערך: הך מילתא הוא כלי מילת כדלקמן דף נ"ד שמכבנין אותו למילת.
דעם ערוך האב איך נישט געזען דערווייל מילא קען איך גארנישט זאגן אויף דעם, נאר איך זעה אז 'משנה למלך' האט אראפגעברענגט א ערוך וואס דארט טייטשט ער יא וואל, סאו העמיר ווארטן ביז ווען איך וועל זעהן דעם ערוך אינעווייניג.
דער סדר הדורות ברענגט (בשם דעם שלשלת הקבלה, ועוד) אז לאה איז געשטארבן כשהי' יוסף בן שבע עשרה שנה.
(אפשר וויל טאקע דאס דער רמב"ן מרמז זיין. פי', דער פסוק דערציילט אונז דאך דא אז יוסף איז געווען שבע עשרה שנה, און טאקע דעמאלט באותו תקופה איז לאה נפטר געווארן, דעריבער זענען זיי היצט - כשהי' יוסף בן שבע עשרה שנה - געווארן נשי אביו).
פארוואס ענטפערט קיינער נישט מיין שאלה?
איינסאטמאר:
קוק מיין פריערדיגע תגובה. איך מיין אז דאס איז א שטיקל תי' אויף דיין שאלה. נישט אזוי?
יישר כח, זעט אויס אז מיר האבן געפאוסט די זעלבע צייט
נאכאמאל יישר כח
פענסטער;
איך האב גערעדט מיטן 'משנה-למלך' נאך זונטאג (אדער מוצאי שבת גאר), האט ער מיר געזאגט אז ער האט דעם ערוך נישט געזען יעצט, עס ליגט אים נאר אין קאפ אזוי, ממילא זיי נישט אזוי זיכער אז דו וועסט דעם ערוך טרעפן.
אגב, עטליכע ווערטער פון ערוך האב איך אויך צוגעברענגט אויבן, וואס דארט שטייט אז עס מיינט דאס אינזל מאלטא.
דער רמב"ן הק' אין פרשת תצוה זאגט אז כתונת פסים איז א מעיל שלובשים בני מלכים.
א קליינע קשיא, פארוואס האט בנימין נישט באקומען א כתונות פסים?
אייןסאטמאר:
איך פארשטיי נישט דיין פראגע, דער פסוק זאגט דאך דעם טעם, וישראל אהב את יוסף מכל בניו כי בן זקונים הוא לו.
איי פארוואס טאקע האט ער מער ליב געהאט יוסף ווי בנימין?. איז לויטן פשט פון רמב"ן, כי מנהג הזקנים שיקחו אחד מבניהם וכו' איז נישט קיין קשיא, ווייל ער האט זיך געדרייט תמיד נעבן יעקב, ווי דער רמב"ן זאגט דארט דאס לשון, נשען על ידו תמיד לא יפרד ממנו.
---
BTW, אין אנפאנג די בראשית סדרה'ס ערגעץ, האסטו געשטעלט א קשיא פונעם זוהר אויף וימת הרן על פני תרח אביו וכו'.
האסט מיך געלאזט הענגען מיט די קשיא, און גארנישט... איך ווארט נאך...
האסט אפשר געזען אדער געהערט עפעס א גוטן תי' דערויף?
איך בין מקבל א תי' פון דיינע חי' אויך...
דער דעת זקנים זאגט אז בנימין איז נאך געווען צו קליין, ער וואלט פארשמירט א שיינע קלייד.
בנוגע דעם זוהר, סארי איך האב פארגעסן, איך האב געזען א תירוץ איך געדענק נישט ווי אז די מעשה מיט קין'ס הארגענען תובל קין איז געווען נאך ווען הרן איז געשטארבן, אפילו עס שטייט שפעטער, אבער אין מוקדם.
אייןסאטמאר:
קודם שעקויעך פארן תי'.
וואו איז דער דעת זקנים?
דער תי' כשלעצמו איז ריכטיג, ווייל בנימין איז געווען אינגער פון יוסף בערך אכט-ניין יאר.
דער ספורנו ברענגט א טעם אויפן כתונת פסים פאר יוסף, ווייל, לאות שיהיה הוא המנהיג בבית ובשדה עיי"ש.
בנוגע דיין תי' אויפן זוהר, פארשטיי איך נישט.
די מעשה פון תובל קין איז דאך געווען פארן מבול, און הרן איז דאך געווען נאכן מבול?
אגב, פארוואס שטייט טאקע נישט אין די תורה די מעשה פון פטירת לאה, אזוי ווי ביי רחל?
(אפשר איז דאס געווען די כוונה פון דיין ערשטע קשיא?)
זרח;
דאס אז בנימין איז געווען צו אינג פאר אזא שיינע מלבוש, שטייט נישט אין דעת זקנים, נאר אין פירוש הרא"ש על התורה.
קרעמער גערעכט, עס שטייט אין רא"ש, אין מיין חומש (המאור) שטייט עס איינס לעבן אנדערן האב איך געמאכט א טעות.
זרח מיט דיר האב איך אויך געמאכט א טעות, דער תירוץ אויפ'ן זוה"ק איז אז ער רעדט נאר פון נאכ'ן מבול, ווערט קשה םון ארפכשד וואס פון די חשבון השנים איז ער געשטארבן פאר זיין טאט'ן, אויף דעם איז די תירוץ אז ווען מ' וועט אויסרעכענען קומט אויס אז ארפכשד איז געשטארבן נאך הרן.
אין טעות אחר טעות אלא למעט.
איין......;
"המאור" איז נישט נאר דיין חומש, ס'איז אויך מיין.
שקויעך אייןסאטמאר און קרעמער פאר די מ"מ.
אייסאטמאר:
דיין תי' אויפן זוה"ק שטימט, ווייל לויט די חשבון השנים איז טאקע ארפכשד געשטארבן בשנת ב' אלפים צ"ו, און די מעשה מיט הרן איז געווען בשנת אלף תתקצ"ח, דאס הייסט מיט אן אכט-און-ניינציג יא פריער.
באמת א שקויעך נהנתי.
בנוגע מיין אגב'דיגע שאלה, פארוואס די תורה פארציילט נישט פטירת לאה.
וויל איך אגב'דיג מעיר זיין א זאך, און איך וואלט הנאה געהאט צו הערן עפעס א גוטן תירוץ.
בפ' וישלח ווי דער פסוק פארציילט אונז וועגן די פטירה פון דבורה מינקת רבקה, זאגט דארט רש"י וזל"ק: נתבשר שם באבל שני, שהוגד לו על אמו שמתה וכו', ולפי שהעלימו את יום מותה שלא יקללו הבריות כרס שיצא ממנו עשו, אף הכתוב לא פרסמה.
פי', אז וועגן דעם דערציילט אונז נישט די תורה וועגן פטירת רבקה, ווייל דער עצם פטירת רבקה האט מען מעלים געווען, כדי נישט אויפצוברענגן ביי מענטשן די זכרונות פון רבקה'ן, ווי דער שטייגער איז ביי א מענטש וואס שטארבט אז מען הויבט אן אויפברענגען די גאנצע ביאגראפיע פונעם נפטר, ווייל אז מענטשן וועלן אנהויבן רעדן פון רבקה'ן, וועלן זיי זיך באלד אויך דערמאנען אז זי האט אזא קינד ווי עשו און מען וועט איר אנהויבן שעלטן, און דעריבער מהאי טעמא האט דאס דער פסוק אויך נישט געוואלט אראפרענגען.
ביי לאה איז דאך לכאורה נישט שייך געווען דער חשש, טא אויב אזוי פארוואס איז דאס דער פסוק נישט מזכיר?
(לויטן רמב"ן דארט איז נישט אזוי שווער די קשיא, ווייל דער רמב"ן דארט נאך וואס ער ברענגט אראפ רש"י'ס פשט זאגט ער וזל"ק: והנה גם לאה לא יזכיר, אבל הכוונה להם מפני שהזכיר המיתה ברמז ותלה הדבר במניקתה, וכיון שדבר בה למה הסתיר הענין ולא גלהו?
פי' דער רמב"ן איז מחולק מיט רש"י, און ער מאכט א הקדמה, אז באמת דארף דער פסוק אינגאנצן נישט דערמאנען די פטירה פון רבקה, והא ראי' ווייל פטירת לאה שטייט אויך נישט, די קשיא שטעלט זיך נאר אז רש"י זאגט אז דער פסוק דערמאנט דאס יא, נאר ברמז, טא אויב אזוי ווערט שווער אויב שוין יא דערמאנען פארוואס נאר ברמז? פארוואס נישט געהעריג בגלוי?
ועיי"ש מ"ש עוד על רש"י ומה שמתרץ לדרכו.
לפי"ז ווערט אבער צוריק שווער. ווייל אויב איך וועל זאגן אז דארט ווי די תורה דערמאנט דאס ברמז מיז איך שוין דערנאך פארשטיין פארוואס טאקע די תורה פארציילט דאס נישט געהערעג, טא אויב אזוי שטימט נישט מיינע אויבנדערמאנטע ווערטער, אז אפשר וויל דער רמב"ן דא, בפ' וישב, מיט די ווערטער: ויתכן כי בחיי רחל ולאה יקרא אותן שפחות ופלגשים ועתה מתו ולקחם לנשים, מרמז זיין פטירת לאה כנ"ל.
ווייל אויב זאל דאס ווען זיין ריכטיג, פארוואס דעמאלט דערמאנט דאס טאקע נאר די תורה ברמז?
אלא מאי שטימט נישט מיין קרעפל תורה...)
דער רמב"ן זאגט נישט דא אז די תורה וויל מרמז זיין מיתת לאה, והא ראי' ער זאגט רחל ולאה, און רחל דארף ער זיכער נישט דערמאנען, ער זאגט נאר אז די מציאות איז געווען אז רחל ולאה האבן שוין נישט געלעבט וועגן דעם ריפט ער זיי נשי אביו.
כנעלנ"ד
אייןסאטמאר:
איך מיין אז איר האט מיר נישט פארשטאנען.
איך האב נישט געזאגט אז דער רמב"ן זאגט דאס, דאס זע איך אויך ופשוט הוא, איך האב נאר געוואלט זאגן בדרך אפשר א קרעפל תורה... אז דער רמב"ן וויל דא מיט די ווערטער אפשר 'מרמז' זיין די פטירת לאה וכמ"ש לעיל, און אויף דעם ארויף האב איך געשריבן אז לפי דברי הרמב"ן בפ' וישלח שטימט דאס נישט, און ס'איז אויס קרעפל...
זרח / איין ס.;
איך האב געפונען א תירוץ!!!
זעהט אין זוהר הקדוש (חלק א' דף קנ"ח ע"א) הייליגע ווערטער איבער די פארהוילנקייט פון מיתת "לאה אמינו":
וכל עובדוי דלאה באתכסיא אינון, בגיל דעלמא עלאה איהו באתכסיא ולאו באתגליא, ובגין כך לא אדכר מיתתה דלאה כמיתתה דרחל, ותא חזי דהכי הוא ודאי, בגין דעלמא עלאה כל מלוי באתכסיא, ועלמא תתאה כל מלוי באתגליא, בגין כך אתכסיא לאה במערתא דכפלתא, ורחל בגלוייא דאורחא, דא בסתרא ודא באתגליא
אין אידיש: אלע מעשים פון לאה זענען פארהוילן, ווייל זי איז רומז אויף די העכערע וועלטן וואס דארט איז אלעס פארדעקט, דערפאר ווערט איר מיתה נישט דערמאנט אין די תורה, און דערפאר איז זי באהאלטן געווארן אין מערת המכפילה, משא"כ רחל ליגט אויף אן אפן פלאץ אינמיטן וועג, ווייל רחל איז די אונטערשטע וועלט, און לאה די אויבערשטע.
יישר כח פארן אויפברענגן די שאלה, אזוי האב איך די זכיה צו וויסן נאך א שטיקל תורה.
שערקויעך קרעמער פאר'ן טרעפן און ברענגען דעם זוה"ק.
אגב, די מפרשי התורה ברענגען אלע ארויס דאס וואס דער רמב"ן זאגט, אז באמת דארף די תורה נישט דערמאנען נישט פטירת רבקה און נישט פטירת לאה, איי פארוואס רבקה'ס פטירה שטייט יא? און אויב עס שטייט שוין פארוואס נאר ברמז?
זאגן זיי (כמדומה דער בחיי) אז באמת וואלט רבקה'ס פטירה אויך געווען נישט געדארפט שטיין, אפי' נישט ברמז, נאר וויבאלד ער וויל מיר לאזן הערן אז דער אויבערשטער איז געקומען מנחם זיין יעקב אבינו, ווי ס'שטייט ויברך אותו דרשן'ען פון דעם חז"ל שבירכו ברכת אבלים, איז אז מיר האבן שוין א סיבה פארוואס די תורה דארף שרייבן פטירת רבקה ווערט שווער פארוואס נאר ברמז, אבער דאס איז זיכער אז אויב איז נישט דא קיין שום ספעציעלע סיבה דארף דאס אינגאנצן נישט שטיין.
אז איך בין שוין דא לאמיך אויך עפעס אריינרעדן.
איך האב אמאל געהערט גאנץ א גוטע דיוק דער פסוק זאגט ויהי יוסף איש מצליח, און וואס איז געווען זיין תפקיד יענער תקופה, אן עבד ביי פוטיפר, נו וויאזוי איז שייך צו זאגן א איש מצליח אויף א ביליגער עבד וואס האט ער שוין געקענט טון אז ס'זאל רוען דארט הצלחה? מאכן ליים? פאשערען די פערד? מיסטיגן פעלדער?
איש מצליח איז געאייגנט צו זאגן אויף א גרויסער ביזנעסמאן א דעוועלאפער א אינוועסטאר וכדומה אבער אויף א קנעכט, ווער קוקט דען אויף זיין זייט ?
קרעמער;
איך האב דעם ערוך יא געטראפן און אונזער 'משנה למלך' געדענקט זייער גיט (איין מיסטעיק האט ער געמאכט, די ערוך טייטשט נישט וואהל נאר וואלע...)
ער ברענגט כמה ראיות אז מילת איז טייטש וואל, איינע פון די ראיות איז די גמרא וואס די האסט צוגעברענגט מס' שבת דף י' "מילתא אלבושייהו יקירא" ועוד כמה ראיות, און דעס וואס די האסט אראפגעברענגט פון ערוך אז מילת איז א נאמען פון אן אינזל שטייט נישט פון ערוך אליינס, נאר פון איינער וואס האט צוגעלייגט הגהות צום ערוך.
ווי אויך האב איך גיזעהן אז די "מזרחי" זאגט אויך אז כלי מילת איז וואל, ער ברענגט אויך אסאך ראיות צו דעם, (נישט אלע ראיות האב איך פארשטאנען) ער פרעגט אבער פון די גמרא "מילתא אלבושייהו יקירא", און ער פירט אויס ואפשר יש לחלק בין מילתא למילת.
======
גיפערליך;
קודם א ברייטן שלום עליכם (וואס איז געווען אזוי 'געפערליך' אז די האסט דיך געמוזט באנוצן מיט דעם ניק?...) קוק אריין אין אור החיים הקדוש שרייבט ער אז יוסף'ס הצלחה איז באשטאנען פון דעם אז קודם איז ער געווען א פראסטע עבד, אין דערנאך האט אים פוטיפר אויפגענומען צו זיך אינדערהיים, און נאכדעם האט ער אים גענומען אלץ פערזענליכע משרת.
פענסטער;
יישר כח פאר די מראי מקומות. (לידיעתך; דער "אידיש" פון ערוך איז אויך נישט פונעם ערוך אליינס, און אפילו נישט פון דעם מגיה (בנימין?) נאר פון א דרוקער וואס האט דאס שפעטער צוגעלייגט).
==
תירוץ אויף די שאלה פון די וואך: וויאזוי האט געהייסן פוטיפר'ס ווייב?
זליכה (סדר הדורות בשם ספר הישר).
קרעמער;
Just for your information
אויפן שער-בלאט אין ערוך שטייט אז דער וואס האט צוגעלייגט די הגהות צום ערוך האט געהייסן ר' בנימין, און ער איז געווען פון די גרושי שפאניע.