היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » =פאנקען = לכבוד חנוכה

=פאנקען = לכבוד חנוכה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1721079

טשאלענט » 18/12/2005 05:14

ווער האט א גוטן רעסעפי פאר דאנאטס - פאנקען לכבוד חנוכה..

מיין רעבעצין מאכט עס יאר נאך יאר, און קיינמאל איז עס ליידער נישט געלונגען, איינמאל איז עס געווען א שטיק אש, די צוויטע מאל איז עס געווען מער אויל ווי דאונאט, די דריטע מאל האט די רעבעצין אנשטאט "קאסטער" אריינגעלייגט רויטע קעטשאפ.

הקיצור היי יאר אזוי ווי איך מאך א חנוכה פארטי פאר מיין משפחה, וואלט איך געוואלט אז עס זאל נישט זיין קיין פלאפ.

קען מיר איינער העלפן???

משנה_למלך » 18/12/2005 05:35

א גלייכע עצה;

היי יאר שטיי איבער איר קאפ, מאך זיכער אז:
עס ברענט נישט צו,
זי לייגט נישט אריין צופיל אויל,
און זי לייגט אריין קאסטער אדער זשעם.
דעטס איט.

... איין מינוט ... ברענט מיר איינס אין קרעטשמע ווען ס'יז פארטיג

טשאלענט » 18/12/2005 07:18

לחם_משנה.

די עצה צו שטיין איבער איר קאפ האט שוין פאריאר נישט געטויגט, איך זיך א רעסעפי, אדער א עצה ווי אזוי מען קען מאכן פון צווי לינקע הענט כאטש איין רעכטע....

נאטורליך » 18/12/2005 21:07

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

heimishjew » 19/12/2005 20:10

טשולענט זיסער

אז די רעדס שוין יא פונעם דאנאט וואס דיין ווייב קאן ליידער נישט מאכן, איז מיר איינגעפאלן דיר צו געבן די עצה וואס איך ניץ געווענליך ווען מיין ווייב טויג נישט עפעס צו מאכן.


http://video.google.com/videoplay?docid=-3025863288342573975&q=lipa