סקימט ארויס דעי מיטוואך
סוועט שוין זיין צי הערן שיינע מעיאזיק אין קרעטשמע
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז שוין דא וואס צו הערן!
סלים שעידי (עמינעם) האט ארויסגעגעבן זיין נייע סידי.
................
?hwere can i find more info on the new tape
תוקן על ידי - פארברענגן - 20/12/2005 19:32:51 I have listened to Lipa's album it its very good I like it a lot
But with every piece of art u still have to lock in to it deep to rate it
איך האב געהערט די גאנצע סידי.
עס זייגט אין די מאסן.
................
ליפא שמעלצער וועט פון קיינעהארע קיין עין הרע נישט ליידן.
אלע סטיילס אין מוזיק אלע אקצענטן פון שיכטן קריגט איר פאר 15 דולור, יא, און אויך אביסעלע ווארע פון ליפא זעלבסט…
איך צווייפל ווי ס'איז מער ריכטיג אנצוהייבן; ביי ליפא אדער ביי זיין אלבוים.
ליפא האט אונז שוין אין די פארגאנגענהייט איבערצייגט אז ער איז טאלאנטפול. צו איז דאס אין ליריקס, קאמפעזיצע אדער פארפארמענס, ער קען דעליווערן אין אלע הינזיכטן. אבער ס'שיינט מיר אז ליפא וויל גיין אין גאר אן אנדערע ריכטונג.
יא, ליפא וועט אריין גיין אין היסטאריע אלס דער ערשטער חסידיש'ע ארטיסט וואס האט קאמפאזירט אין געזינגן דזשעז(נישט אים שבת גערעדט, ניגון 8). אויב איז דאס געווען זיין ציל האט ער דאס דערגרייכט. היסטאריע וועט גאנץ ווייניג זיך קימערן מיטן פאקט אז דאס איז פילייכט אויך די ערשטע דזשעז ניגון וואס קריכט אזוי מיסטעריעז אוועק און ענדיגט זיך ווייט פון זדשעז... כ'רעדט שוין נישט פון דעם אז די דזשעז עפאכע איז שוין אן פארגאנגענהייט, אבער וויבאלד דאס איז "אנדערש" פון געווענליך איז עס געניג פאר ליפא.
ס'לאזט זיך קאמענטירן, נאכן הערן אזא טעיפ, אז ליפא ליידט אויף אן ערענסטע אידענטיטעט צומישעניש.
ס'קען מיר איינער זאגן פארוואס-אין-דער-וועלט ער "מיז" זינגען מיטן מיטל מזרח אקצענט (שלי שלך, ניגון 2) ווען ס'איז פארשטענדליך אז עמיצער וואס איז נישט געבוירן מיטן נויטיגן גארגעל וועט גאנץ באשטימט אנ'בוטשער'ן א ניגון ביים פרובירן צו "נאכמאכן". איך וואלט עם דאס שוין מוחל געווען ווען דאס קומט נישט מיט א פרייז פון זינגן off tune (02:14(
ער זיכט צו זיין פראוואקעטיוו, רעבעליעס און ועל כולם דער עולם זאל שמועסן פון די קאמישע ליריקס. רבותי מיר וועלן בענטשן, קיינע הארע, ער גיט זיך אבער נישט די פרידאם פון לאזן זיין מיינד רעדן. טאמער קומט אים א ניגן אין קאפ וואס וועט נישט מאכן די העדליינס ביי די פרחי כהונה איז נישט ווערט איר פלאץ אויף זיין טעיפ.
א שאד א שאד. ליפא געב אונז וואס ס'איז דיר בייגעפאלן פאר אין נאך תזכה למצות! ס'איז דא אן ערענסטע פארלאנג פאר דעם.
ווי איז דער מוזיק'אלישע א כפרה אדער ביטער און זיס פון די אלבום?, איך זיך א "ליריקס" א שטייגער ווי געלט.
איידער איך בין מסיים: ס'קומט אים דאך קרעדיט פאר אזא ניגון ווי לימוד זכות. די נאכאנדע טויש אין סקעיל, פון מעזשעאר צו מיינאר, און צוריק איז א צייכן אז ליפא האט אינזין געהאט א קינצליכע ניגון. נו, אז ס'איז נישט געלונגן אזוי polished און smooth קומט אים אויך גארנישט, כאטש האט איר פרובירט.
יעצט שרייבענדיג האלט איך שוין אינמיטן די צווייטע מאל הערן:
ס'סאונד שוין בעסער.
תוקן על ידי - average - 25/12/2005 19:24:12
שוב ראיתי ווי קוטשמע אין חדשות אנ"ש שרייבט Something along the line ווי מיר.
ס'איז מיר כמוצא שלל רוב.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1725755&whichpage=1נאכ'ן איבער הערן עטליכע מאל הערט זיך עס אסאך בעסער, אבער נאך אלטס כאפ איך נישט וואס קומט דא אריין "רבותי מיר וועלען בענטשען". ס'איז מסתבר אז קומענדיגע טעיפ וועט ער אנהויבען מיט "ברכות זאגען פיר קינדער"...
תוקן על ידי - כורמיזא - 25/12/2005 20:12:02
above avarege [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
u made my day !
כורמיזא;
איך הער אז די קומענדיגע טעיפ הייבט זיך אן מיט "התכבדו מכובדים"... דער ניגון פארענדיגט זיך מיט א שלעפ פון די ביה"כ וואסער.
דער נאמען פונעם קומענדיגן טעיפ - זאגט מיר איינער - איז: פאר קיין שום אידיש קינד געדאכט! אדער: אבי נישט צווישן אידן! אדער: ביי זיי זאל עס בלייבן!
גראדע הער איך א שטיקל קשיא אויף די נאמען פון דעם טעיפ "קיינ-עינ-הארע", ווייל ליפא האט דאך געשפילט יוסף אויפן זיידענעם העמדל, און בזרעא דיוסף - ווייסן מיר דאך - איז נישט שולט קיין עין הרע סיי ווי, שוין... א קשיא אויף ליפא! אבי מ'לעבט...
כורמיזא! [בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט אויך אז די טעיפ ווערט בעסער ווען מען הערט עס אפאר מאל. עס איז אבער פארט איבערגעטריבן.
דאס יא, די ART וואס ליגט אין דער טעיפ קען נישט איבערגעשטיגן ווערן נאר ביי ליפא זעלבסט אין זיינע קומענדיגע אלבומס.
נאכן הערן די לעצטע פאר קליפס דא, קען איך אזויפיל זאגען: אוי קינדערלעך קינדערלעך... וואס וועט זיין?
אזוי גייט עס ליידער שטאפלווייז נידריגער אין נידריגער.
קוקטס דעם לינק ווען ROCK איז געווען א חידוש ביי יודן.
http://video.google.com/videoplay?docid=8729945316882652484&q=mbdפון הונטער די קוליסען האב איך פארשאפט א בילד פון נייע טעיפ ווי עס טרעטן אויף ליפא מיטן אלפא-פאון'ער רב
דא האט איר...
[בילד – נישט אפגעהיט]
בעני!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
יו אר די בעסט
איך האב נישט געהערט דעם טעיפ, אבער א חבר מיינער (ער האט אביסל צופיל ידיעות ליידער...) האט מיר געזאגט אז די וואס הערן פארשידענע גויאישע ניגונים, פון די נידריגסטע סארט, ווייסן נאכדעם זייער גוט, פארוואס ליפא זינגט אמאל מאדנע, אדער ער גיט א פאני קרעכץ... רבותי, אלעס האט ליידער א פשט!
גראדע הער איך אז ליפא זאגט, אז ווער עס קען אים אנווייזן אויף א טרעק פון וועלכע גויאישע ניגון דאס קומט,
געבט ער יענעם 10,000.00 סאו אדרבה קומט אויף מיט עפעס.
באט איך דארף קאמישען.
yanash you are wrong he onley offerd $3.000 coming frome somboddy hu was there
p.s. i know my spelling is bad but i dont have time for a spell check
קנאי:
מיט וואס בין איך ראנג?? האלטס אז מיין חבר האט מיר געזאגט דריי טויזענט אין איך מאך א טעות??
עה, מסתם מיינסטו צו זאגן אז מיין חבר מאכט א טעות, אמת??
וואס מיינסטו צו זאגן נאר איינער וואס איז דארט??