ווער עס האט פראגן, ענינים, תורות, שמועסן א.ד.ג. אויף פרשת מקץ, ווערט געבעטן דאס מיטצוטיילן מיטן עולם.
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ~~~~~~~ פרשת מקץ ~~~~~~~
~~~~~~~ פרשת מקץ ~~~~~~~
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1732592
רש"י שרייבט די וואך אז דערפאר האט פרעה אנגעטאן פאר יוסף א כתונת שש, ווייל "פלאקס" איז געווען א טייערער ארטיקל אין מצרים.
שטעלט זיך די קשיא, אין פרשת בראשית שרייבט רש"י אז דערפאר האט דער נילוס געהייסן "נחל פישון" ווייל דארט איז געוואקסן אסאך פלאקס.
וויאזוי קען זיין פלאקס א טייער ארטיקל אין מצרים אז עס איז געווען אסאך דערפון?

אולי י''ל אז וויבאלט פלאקס איז געווען א טייערע ארטיקעל האט עס די רעגירונג קאנטראלירט אין דאס איז געווען נאר צום פארקויפן אויף אויסלאנד אדער פאר גרויס געלט און אזוי האט ער געהאלטן די חשבות דערפון
זעה אין דעת זקנים.
דעם שבת וועט אי"ה בענטשן דאס לענגסטע ברכת המזון, מען וועט זאגען רצה, יעלה ויבוא מיט ועל הנסים.
וואו ווערט ארומגערעדט בנוגע דעם לאנגן בענטשן אין א תוספות אין ש"ס, לגבי וועלכע הלכה?
וואו ווערט ארומגערעדט בנוגע דעם לאנגן בענטשן אין א תוספות אין ש"ס, לגבי וועלכע הלכה?
דער תוספות איז אין ברכות (נ"א ע"א), תוספות זאגט אז די שאלה פון די גמרא אויב די לינקע האנט מעג צוהעלפן די רעכטע האנט ביים אונטערהאלטן די כוס פון ברכת המזון, גייט ארויף אויף שבת ראש חודש טבת וואס דאן בענטשט מען דאס לענגסטע.
דער דעת זקנים ענטפערט צוויי תירוצים:
1. אין מצרים איז טאקע געוואקסן אסאך פלאקס, אבער דאס איז געווען דירעקט א טייערע סארט, און האט זיך פארקויפט פאר גוט געלט איבער די וועלט.
2. עס זענען פארהאנען צוויי סארטן פלאקס, איינס איז "קנבוס" (CANVAS), און איינס איז "שש", שש איז די טייערע און פון דעם האט געמאנגעלט, פון קנבוס איז געווען לרחצה (איך שרייב פון אויסעווייניג, איך האף אז איך האב דאס גוט אראפגעברענגט).
תוקן על ידי - קרעמער - 02/01/2006 8:03:04