היות די קומענדיגע מיטוואך געפאלט אויס מיין שלושים פון ווען התאחדות האט באשלאסן א יאך בין שוין א בר מינן, וויל איך בעטן אז דער עולם זאל ענדיגן די משניות וואס מען האט זיך אונטערגענומען צו לערנען לטובת נשמתי, ווי אויך זאל מען שרייבן אביסל קווים לדמיתי.
----------------------------------------------------------------------------------------------------------
וואס האב איך געטוהן ווען מען האט מיר פארשיקט מחוץ למחנה? דאס ערשטע האב געגעבן א שאר אריין אין טאש עטליכע פלעשער שנאפס אזוי אומבאמערקטהייט. דערנאך נאך האב איך זיך גענומען ארום דרייען די קרעטשמע ווי להבדיל א בין ארום א בינענשטאק זוכענדיג א לעכל וואו אריין צו קריכן. ענדליך האב איך געטראפן אן אפענע שויב ביים בוידעם, ויפן כה וכה און איך האב געגעבן א קלעטער ארויף און זיך באקוועם געמאכט העכער די קהל'ס שטוב אזוי ארום האב איך געקענט מיט האלטן אלע לשון הרע'ס. צו מיין גרויס שאק הער איך ווי דער זעלבסט-געקרוינטע דייען קומט מיט א בשורה אז איך בין שוין נישט בין החיים כ'האב צו איך זאל וויינען אדער גאר לאכן, עניוועי, די קהל האט מורא געהאט אז איך בין געשטארבן פון א הארץ אטאק ווייל מען האט מיר ארויסגעווארפן פון דארף האבן זיי ארגאנזירט א שיינע לויה. אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעמאכט די ארון, ניטמאל ביים באערדיגן.
אייניגע מאל ווען עס האט זיך מיר אויסגענוצט די זאפאס שנאפס האב איך מיר אראפגעגליטש נעלם מאכן נאך אפאר פלעשער.
איין נאכט ליגענדיג אויפן בוידעם הער איך ווי דער אלטער יאנאש קומט ארויף –עפעס א שליטן האט ער געזוכט- אקיצור ער איז דא! מען האט מיר געפאקט! איך האב מיר נישט פארלוירן. איך זאג איהם ווייסט ווער איך ביך? איך בין די גולם פון פראג, און איך באשווער דיר אז די זאלסט פאר קיינעם נישט פארציילען ביז נאך די שטארבסט. ער האט מיר ערליך צוגעזאגט און ער איז אראפגעגאנגען מיט ציטערדיגע טריט וואס האט מיר געמאכט טראכטן אז ער איז גאר די גולם...
עניוועי מ'לאט מיך שוין דא זיין...