כ'האב עס שוין לאנג נישט זוכה געווען צו זעהן אויף מיין געסעל.
אבער היינט בין איך מיט איין אטעם אראפגעלאפן קוואדער נאך צו קענען כאפן די מאשין און א רוק טאן נאך פאר דעי שרייבר מיט'ן ביכל, קומט מיך באשטראפען.
זיצנדיג אימיטען צובינדען די שיך און צומאכן די פארבליבענע אפענע קנעפלעך, כאפ איך א שפריץ אין פנים פון די....
מיט אביסל התבוננת האב איך אריינגעטראכט. און כ'וויל\דעם דעת הקהל.
מיין שאלה איז צו טוט ער עפעס אויף. זויבערט ער די גאס? אדער בלאזט ער סתם א ווינט? און וועקט אויף דעם עולם צו סליחות?
אויב יא וואלט איך ערלעדיגט מ'זאל עס איינפירן דא אינדרויסן פון קרעטשמע ווי עס זאמלען זיך כסדר אן זאכן. און ליידיגע פלעשלעך. וואס מ'וואלט געדארפט כאטש צוויי מאל א וואך אוועקבלאזן
וואס רעדסטו? פונקט היינט האב איך באטראכט דעם "בעזעם-טראק" (אויך באקאנט אלץ "שארער-טראק".. אדער "קערער-טראק") און איך האב קלאר געזען ווי ער בעזעמט אויף אלע שמוץ וואס פארזאמלען זיך אויפן טראטואר אין לויף פון א האלבע וואך, דארונטער גלאזערנע באטלעך, פאפירענע בעגס, און "דבר יום ביומו" צעטלעך, צוגלייך מיט די איסור אויפן "געשעפט" (וואס איך האף בקרוב איבערצובליקן, פרטים יבואו).
וואס גייסטו איבער בליקן די איסור? אדער די פילם?
פרטים יבואו..
[אגב, איך קען אסאך ערליכע אידן, וואס זעהנדיג דעם איסור, האבן זיי פשוט פארשלאסן דאס געשעפט... אזוי דארף זיין! מען פרעגט נישט קיין שאלות! אז די רבנים אסר'ן דאס געשעפט, ברויך מען דאס פארשפארן אן קיין שאלות..]
איך האב פינקט באטרטכט ווי די טראק פארט אריבער
האב איך באמערקט אז די גרויסע בעיזעם וואס דרייט זיך אינטרען טראק דרייט נאר אוועק די שמיץ פין די "קורב" און ריקט עס מער צו די מיטן פון די גאס...
אזוי ציווישט ער א גאנצע גאס
מען רעדט דא פון דעם?
[בילד – נישט אפגעהיט]
ביי אונז און ארבעט נוצט מען דאס
[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי ווי יאך האב דאך פיל צייט, און יאך שטעל זיך באטראכטן דעם בעיזעים טראק פון דארף, זעה איך אז פענסטער מאכט א גוטע דזשאב, דאונט ווארי רבותי, סיעט קלין ווערן די קרעטשמע און דער דארף.
מ'וועט טיילן קוויטלעך פאר די פערדען וואס שטייען אין וועג, אזוי ארום וועט די קרעטשמע אויך האבן א שטיקל הכנסה...