עס איז גאנץ א נארמאלע זאך אז געוויסע זאכן זענען דא וואס פאר איינעם וואס טוט דאס אדער זעט א צווייטן עס טוהן, קען הנאה האבן דערפון, און פאר א צווייטן וועט די זעלבע זאך אים ארויסברענגן פון די כלים.
איך וועל נישט מאריך זיין אין אזא שפעטע שעה, נאך דערצו ווען איך זע קיינעם נישט זיצן נעבן מיר, אבער איך וועל איין ביישפיל לייגן וואס מיר קרענקט עס געפערליך, און אפשר איז דא אנדערע וואס גלייכן דאס יא.
ווען איך זע איינער וואס האט א געלונגענע פעדער, און האט א געוויסע משוגעת צו ספעלן ווערטער אויסגעדרייט מאכט עס מיר געפערליכע בויך דרייענישן.
קען זיין אז איך בין אן אויסנאם דערין.
דא אויף דעם מקום איז דא אזא מאדנע פארדרייעניש וואס איז מיר שווער צו פארשטיין די גרויסע הנאה דערפון און וואס דאס מאכט אינטערעסאנטער די זאך, אבער פארט איז דאס זייער אין פלאץ אז ווי מער מען פארדרייט די ווערטער אלס מער ארויפגעקוקט איז מען.
אדער איז דאס א בלויזע איינרעדעניש פונעם שרייבער זעלבסט?
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 24/01/2006 5:35:56