היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » +++רפואה שלימה אשכול+++

+++רפואה שלימה אשכול+++

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1780992

קרעמער » 26/1/2006 19:55

איך לייג יעצט אראפ דעם גוגעל-טאלק טעלעפאן (האט איר געוואוסט אז מען קען רעדן לאנג דיסטענס דורכן טעלעפאן פאר אומזינסט דורך גוגעל און עס הערט זיך קלארער ווי ווען יענער שטייט נעבן דיר? פרובירט דאס אויס!) מיט אונזער חשוב'ער דיין רבי התאחדות, זאגט ער מיר אז זיין קאפ טוט אים יעצט געפערליך וויי.

אזוי שרייבענדיג דעם יעצטיגן תגובה, קלאפט ער מיר אריין מיט א גוגעל-טאלק מעסעדזש אז "מען דארף תשובה טאן" "מיין קאפ שיסט"...

האב איך געקלערט אז עס איז נישט מער ווי יושר אז מיר זאלן גרינדן אן אשכול וואו דער עולם וועט זיך וואונטשן רפואה שלימה איינער פארן צווייטן (ווי נישט ווי קען יעדער נוצן א שרויפל דא אדער דארט..).

איך וועל אנהייבן:

התאחדות! סאכדעס! וכל שום וחניכא דאית לך! דו זאלסט האבן א רפואה שלימה אויף אלע דיינע רמ"ח אברים און שס"ה גידים, השי"ת זאל העלפן אז די קאפ שמערצן זאלן אוועקגיין, נעלם ווערן כהרף עין, און דו זאלסט באהיטן און באשירעמט ווערן פון אלעם בייזן ברוחניות ובגשמיות, ונאמר אמן.

ובטוח אני אז די תפילות פון חברים וועלן אסאך אויפטאן, אזוי ווי עס איז געווען דאן ווען איך האב - נישט מער געדאכט - געליטן אויף די שרעקליכע קאפ שמערצן אינמיטן זוממער.

רבותי! האלט אייך נישט איין! וואונטשט און וואונטשט, און געדענקט המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה.

not2bz » 26/1/2006 20:00

דא http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1780895 האט ער געשריבן אז ער האט נאכנישט געגעסן פרישטיג, אפשר קומט עס פון דעם?

סאכדעס » 26/1/2006 20:29

כאב אזוי מורא

התאחדות » 26/1/2006 23:59

מיט גרויס פרייד טוה יאך מעלדן פאר דעם כאשיווען ציבור, אז יאך האב געשפראכן מיט סאכדעס, און ער זאגט אז ברוך השם גאט האט צוגעהערט די געבעט פון די חבירים אין קרעטשמע, און זיין קאפ הויבט אן בעסער צו ווערן.
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו

חבירים » 27/1/2006 00:24

איח וויל אויח סאגן א רעפוע שעליימע פארן חשעבער דאיען שעליטע, דער אייבעשתער סאל חעלפען סאלסט נישת האבן כּאן כּאפ וואַ....


גראסע רעפוע שעליימע

בענעדיקט16 » 27/1/2006 01:52

ווייסט איינער פארוואס פונקט ווען סאכדעס הייבט אן בעסער צו ווערן, הייבט מיין קאפ אן זעצן מיט שווערע האמער'ס? איך טראכט: אפשר פון חברים'ס תגובה...

סאכדעס » 29/1/2006 21:41

הרב בענדיקט שלו'

ווי שפירט איר זאך הויטע? שוין עטוואס בעסער געווארן?

א רפואה שלימה

בענעדיקט16 » 29/1/2006 22:07

יישר כח פארן פרעגן, שוין ב"ה אסאך בעסער.

סאכדעס » 29/1/2006 23:49

סיפרייד מיר צו הערן, כה יתן וכה יוסיף ה' להלאה, אבער ביטע שעהן, קומט אפטער אריין ביין אונז אין די קרעטשמע, סיפעלט אונז אויס אזעלכע חבירים.[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/2/2006 21:53

געקומען די צייט צו באצאלן:
מורי ורבותי עס איז אקאורשט אריינגעקומען א טעלעגראמע אז דער אזוי באליבטער קרעמער, איז ליידער ליידער פאר אלע גוים געזאגט פארקילט,
דער עולם גולם ווערט געבעטן מתפלל זיין פאר קרעמער בן כרנבוא.

משנה_למלך » 6/2/2006 07:43

יוי קרעמער כאב נישט געוויסט אז
דיין מאמע איז אברהם אבינו'ס פעטער,

קרעמער » 6/2/2006 16:07

משנה;

'באבע' מיינסטו אודאי צו זאגען.

קרעמער » 5/5/2006 06:10

מיר וואונטשן אלע א רפואה שלימה פאר טאני סאפראנא נאכדעם וואס זיין סקוטער האט אריינגעקראכט אין א טעקסי אין מאנהעטן..
http://1010wins.com/pages/32304.php

דזשאןוועין » 5/5/2006 08:04

א רחמנות אויף דעם טעקסי דרייווער ער איז מסתמא שוין א גע'וועק'טער

ohrchodosh » 5/5/2006 18:11

א רפואה שלימה

משנה_למלך » 10/5/2006 05:45

האט ער זיך שוין ערהוילט, מען דארף אים האבן פאר די קומענדיגע פילם'ס