חילוקי תיבות / חילוקים פון ווערטער
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1784101
איינער פרעגט:
ווייסט אפשר איינער וואס איז פשט פין דעם דאפלטע לשון בעיתו ובזמנו?
נאטורליך ענטפערט:
בערך דאס זעלבע ווי "א גיט יום טוב"
עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן "עת" און "זמן".
איך וועל אראפברענגן צוויי שטיקלעך פון דברי חיים אויף חנוכה וועט איר זעהן.
ידוע דזמן אין לו התלות בדבר – דמה שעבר אין ומה שיבא איננו, ומקרה הזמן קשה לצייר כמבואר ברמב"ם ז"ל, והעיקר תלויה בתנועות הגלגל, אך גבוה מעל גבוה וגבוהים עליהם. והנה זה הוא בחינת הזמן בכלל, אבל 'עת' הוא מה שהוא עתה, ולכן נקרא 'עת', דזמן מה שהוא מקרי משך זמן ותלויה בתנועות כנ"ל, ועת הוא אותו הרגע שהוא (דברי חיים לחנוכה).
ידוע ד'עת' מקרי כמו יום או שנה, כמ"ש כמה פעמים בעת ההוא, ובודאי שלא נעשה מעשה זו ברגע ממש, רק עת נקרא הצטרפות זמן מה או ימים ושנים יחד, בהצטרפם נקראו עת הזאת. אך 'זמן' הוא בגדר אין, ולא מקרי הוה כלל, כי הוא דבק לתנועה והעבר אין והעתיד אינו (דברי חיים לחנוכה).
וואס טוט זיך מיט:
תמיד בכל יום "ובכל עת ובכל שעה"
אדרבה איפכא מסתברא
(טאמער האט עס מיין רבי גיט געטאשט)
קענא נאדיר אזאנא [בילד – נישט אפגעהיט]
קנאי;
איך מוטשע זיך צו פארשטיין פשט אין דיינע רייד.
התאחדות;
איך זעה אז דו האסט פארשטאנען וואס 'קנאי' שרייבט, אפשר ביסטו מיר אויך מסביר?
ערעב קרעמער יאך על דיר דאס מסביר זיין.
ער האט געמיינט צו שרייבן הא גופא קשיא, נאר זיין רעבע אנשטאט זאגן הא גופא קשיא, פלעגט זאגן מיט אזא דריי מיט די פינגער איפכא מסתברא, קען זיין אז מיר האבן געלערנט ביים זעלבן רעבן.
התאחדות;
הא גופא קשיא / איפכא מסתברא / תיקו /
"תמיד" ימלוך עלינו "לעולם ועד"
פשט אין דו ווערטער איז:
תמיד: שטענדיג אן א אויפהער
לעולם ועד: ביז אייביג
BTW welcome back everybody!
לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!
ערשטענס א גוטן צו אלעמען
ס'וואונדערט מיר זייער
הגם איך בין דא כמעט א נייער
איך קום דא אריין נאר אמאל אמאל
איך וויל נישט בלייבן א פאל
אבער וואס קרעמער טוט נישט פארשטיין
דער דיין האט דאך דאס מסביר געווען זייער שיין
אזא דבר פשוט נישט צו כאפן
מ'קען דאך דאס נישט דראפן
איך פארשטיי דאס זייער קלאר
ביי מיר איז דאס וואר
איפכא מסתברא פלעגן די מלמדים נוצן
אז מיט די ציין האט מען געטוהן קריצן
אנשטאט הא גופא קשיא די ווערטער
פלעגט זיי דאס צו נוצן ביי געוויסע ערטער
סאו זייטס מיר און האטס מיר
התאחדות;
ביי מיין פאריגע תגובה פון "איפכא מסתברא/הא גופא קשיא/תיקו" איז עפעס נעלם געווארן א שורה צוויי פון מיינע רייד, עס איז נישט די ערשטע מאל וואס היידפארק כאפט אראפ א שורה'לע אדער מער פון מיינע ווערטער.
איך האב געשריבן אז איך פארשטיי נישט וואס 'קנאי' האט געשריבן "איפכא מסתברא", לאמיר זאגען אז ער האט געמיינט צו זאגען "הא גופא קשיא", אבער אויף וואס באציען זיך זיינע רייד? אויף מיינע רייד? אויף א צווייטן'ס ווערטער?
ביטע שעהן, זייט מסביר וואס 'קנאי' ברענגט ארויס מיט זיינע פאר ווערטער - וואס כנראה האסטו דאס גאר גוט פארשטאנען, צוגעבנדיג אים דעם גרינעם אגודל - יישר כח!
און וואס איז מיט הנני "מוכן ומזומן"
נאטורליך;
און וואס איז מיט פאר 'גארנישט' און פאר 'נישט'?.....
פאר"גארנישט און פארנישט" איז בערך ווי "נישט אהער און נישט אהין"
וואס איז מיט א חזן א נער?
מען זאגט נאך פון איינע פון די בעלזא רבי'ס בדרך כלל ווינטש מען פאר א טאטע וואס האט אריינגעברענגט א נייעם געבוירענעם קינד אז די ברית זאל זיין בעיתו ובזמנו האט ער געזאגט אז די פשט איז
בעיתו=ווען די דאקטער הייסט מאכן די ברית
ובזמנו=ווען די מוהל הייסט מאכן די ברית
אדער פארקערט
בעיתו=ווען די מוהל הייסט מאכן די ברית
ובזמנו=ווען די דאקטער הייסט מאכן די ברית
ענליך צו דעם - הצלה 2006 - האב איך געהערט א טייטש פון א מוהל. האט ער געדרוקט דעם וי"ו פון בעתו ובזמנו, זאגנדיג: ווען עס איז "זיין" (דעם קינדס) ריכטיגע צייט, נישט ווען דער טאטע וויל. [אסאך מאל זענען טאטעס אזוי צעווילדעוועט אויפן אכטן טאג, און זיי נעמען נישט אין אכט אז די תורה האט מער רחמנות געהאט ווי אים, און געהייסן ווארטן צוליב דעם חשש אדער אן אנדערע].
איך האב אמאל געהערט בשם א מאדערנער ראביי א אנדערע טייטש אויף בעתו ובזמנו
בעתן = די אכטע טאג
בזמנו = עס זאל זיין "סאָנדעי"
ודפח"ח
בעני;
געהערט נעכטן פון מיין מאמע.
איך האף אז מיר זענען נישט קיין ברידער.
הער איך יעצט מיין בעל הבית'טע זאגען פאר'ן מאן. "האמער און זיימער"
מיין בעל הבית'טע זאגט מיר געווענליך "זיימיר און ווער מיר"
3X
ענדיג דעם פסוק, וואס זאגט זי נאך "ווער מיר ____
איך פרעג איר אייביג. וואס זאל איך זיין און ווערן? ענטפער זי מיר אז זי ווייסט אויך נישט, נאר אזוי פלעגט איר טאטע זאגן אייביג פאר איר מאמע, און זי זאגט נאר נאך.
3X0;
איך מיין אז דאס גייט אריין אין גדר פון "אל תרבה".. (קען זיין ביי א בעל-הבית'טע איז דא אנדערע הלכות, פרעג א שאלה).
אגב, אויב דער דיין לאזט, געב איר א פרעג: אפשר קומט דאס טאקע פאר א מאן צו וואונטשן פארן פרוי, אבער א פרוי האט נישט וואס צו וואונטשן דאס פאר א מאנספערזאן [בילד – נישט אפגעהיט]
מיין דערקלרינג איבער מיין תגיבה איז
מיין רבי פלעגט טאטשען אדרבה: פינקט פארקערט איפכא מסתברא: די סברה איז דאך פינקט פארקעט
געוואלד קענא דו האסט דאך צווארפן די גאנצע שמועס פון מיר און קרעמער[בילד – נישט אפגעהיט]
קנאי;
אדרבה מיט איפכא מסתברא זענען נישט די זעלבע אויסדרוקן, בעת איפכא מסתברא מיינט אז די פארקערטע סברא איז אמת, מיינט אדרבה נישט "פונקט פארקערט", נאר 'נאך מער געזאגט' (עפעס אזוי, איך האב נישט די ריכטיגע איבערטייטש).
אדרבה: האט נישט דוקא צוטאן מיט דו סברא אזוי ווי אדרבה תן בלבנו שנראה וכו'
איפכא מיסתברא: זאגט מען ווען דו סברא איז מכריח פונקט פארקערט
און אנדערע ווערטער:
אדרבה; דו הלכה דארף ווען זיין פארקערט, ווארים, איפכא מיסתברא; דו סברא גיבט דאך אזוי מיט
כנלפענ"ד והמבין יבין
אדרבה ווערט גענוצט צו קעגענזעצן א פאקט, בעת איפכא מיסתברא נוצט ביי א סברא
(opinion)
אגב, מיין Dictionary האט געטייטש אדרבה on the contrary
יישר כח מפוקל און שנאפס פארן ארויסהעלפן פארשטיין די אפטייטש פונעם ווארט אדרבה.
איך האב טאקע איבערגעקלערט און געזען אז אדרבה ווערט גענוצט אין דעם קאנטעסט: דו זאגסט אז יענקל האט אויסגעשייגעצט שלמה'ן? אדרבה, ער האט אים גאר אויסגערימט.
דאס איז טאקע - ווי די דיקשאנערי זאגט - "צו די קאנטרערי", און עס האט גארנישט מיט סברא איינגעלייגט, ווי מפוקל זאגט.
און איר פרעגט וואס די קרעטשמע טוהט אויף?
אז מ'רעדט פון חילוקי תיבות ברויך מען ארויסברענגען אז עס איז פארהאנען ווערטער וואס זענען ענליך און באדייט און דו עקזיסטענס פון דו ווערטער זענעו נאר לשיפור הלשון עס ווערט אנגערופען און לשה"ק "שמות הנרדפים"
ווי למשל:
לפאר, לרומם, להדר, וכו'