היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א פארצווייפלטע רוף פונעם ראש הקהל

א פארצווייפלטע רוף פונעם ראש הקהל

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1785385

קרעמער » 29/1/2006 23:36

אין א דעפעשע טיטולירט "אז איך וויל שוין יא קען איך נישט...", ווענדט זיך דער ראש הקהל צו מיר אין אישית מיט א פארצווייפלטע הילפס רוף, וזה לשונו:

וואס איז דאס א נייע אויסשטעל, מיט נייע רעגולאציעס??

איך פרוביר ענדליך ארויפצולייגן עפעס אן ארטיקל, זאגט מיך הייד פארק אז כ'ברויך ווארטן ביז דער פעידזש לאודט זיך, ווילאנג דארף דאס געדויערן? ביי מיר נעמט עס שוין צען מינוט, כ'האב שוין אפילו אריינגעלייגט די טעקסט, זאגט ער מיך אז עס איז דא תקלה, וויל איך מוז אריינפילן עפעס ביי הודעה, נו, כ'האב דאך אריינגעלייגט! איז דא עפעס אן עצה?


ווער עס האט עפעס עצות פארן חשוב'ן ראש הקהל, זאל מוחל זיין מעלדן ברבים דערוועגן, און ער וועט האבן א חלק אין מחיה זיין אלע קרעטשמע זיצער.

jewboy » 30/1/2006 00:02

בשעת ווען די ווילסט שיקן א תגובה עפען אויף אין די זעלבע צייט ווארד, טייפ דארט וואס די ווילסט שרייבן, אין לכאורה ביז די וועסט ענדיגן שרייבן וועט די ה"פ טעינה זיין רעדי, מאך קאפי & פעיסט, אין שלום על ישראל

קרעמער » 30/1/2006 03:08

עס קוקט אויס ווי עטליכע יחידים אדער גאר א גרופע ווידערשפעניגער האבן זיך פאראייניגט מיט כח צו באזייטיגן דעם ראש הקהל, ווייל איך באמערק יעצט אין מיין פריוואטע פאסט קעסטל א פייערדיג בריוול פונעם ראש הקהל, אונטערן קעפל "אז נישט איז נישט", וזה לשונו:

הער. אז מען וועט נישט אוועקנעמען די שטיינער אין וועג צום דערפל, און מען וועט ווייטער באדארפן שטיין אזוי לאנג ביים טויער צום קרעטשמע ביז ווען אלעקסיי דער דזשאנדאר וועט באשליסן אז איך קען אריבער גיין, ווייס איך נישט צו איך וועל נאך קענען דא פארוויילן.

מיין צייט איז צו טייער.
תוקן על ידי - קרעמער - 30/01/2006 3:07:26

קרעמער » 30/1/2006 03:12

דאן איז געקומען דאס ארגסטע... אונטער א קעפל וואס איך ווייס נישט אויב איך מעג דאס איבערזאגען ברבים... שרייבט מיר דער ראש הקהל זיינע לעצטע ווארענונג רייד, וזה לשונו:

כ'האב ענדליך געטראפן א וועג דורך פייערפוקס, קוקט עס אבער אויס חלשות, מיט ריזיגע אותיות, צוויי ווערטער אויף א שורה, פוי! כ'האב עס אראפגענומען.

מ'דארף זען אן עצה.


איך האב צוריקגעשריבן דעם ראש הקהל בערך די נוסח:

איך האב צוריק ארויפגעלייגט דיין ארטיקל, און איך זעה נישט אז עס זאל זיין עפעס א פראבלעם דערמיט, עס אנטהאלט טאקע נישט קיין פולע שורות, אבער עס איז גאנץ נארמאל.

יישר כח פאר דיין ארטיקל, און לאמיר עס יעצט גיין ליינען.

יענטאאש » 30/1/2006 05:33

הו........ ענדליך בין איך אנגעקומען..... ס'ארא נייע גזירות רעות דא, אמאל האט מען איבעראל געקענט גיין אנע פראבלעמען. היינט ברויך איך אדורך גיין פראצעדורן ביי די מקוה, און איצט שוין דא צום קרעטשמע אויכעט. גרינע שילדן האלטן אפ דעם טויער און כ'האב נאר געקענט אריינקומען דורך אן אונטער טיר. שוין, לאמיך ארפלייגן די שמוציגע שטיוול, אויסטון דעם אויבערראק, ארונטערנעמען דעם שאל, און אין די זייט לייגן דעם קוטשמע. זיך אפווישן די נאז מיטן טאש טיכל, אויסקלארן די גלעזער, און זיך אויסטשוכען די ביינער. אקעי, בלייבט געזונט, איך וועל יעצט אריינגיין אין אפיס צוריק צו די געשעפטן, אויף צום ווידערזעהן אן אנדערס מאל.

חיימיל » 30/1/2006 05:42

טייערער ראש הקהל,  וויסן זאלט איר
 אז נישט יעדער מאכט דורוך די אלע שוועריקייטן ביים אריין קימען דא

איך אלץ "גרינער" קען איך קימען אין גיין
ווען איך וויל
וויפיל איך וויל

זעט אויס אז דער ראש הקהל האט נישט באצאלט פאר די .. פארוואלטער אין  צייט
אין זיי מאכן די אלע שוועריקייטן

תוקן על ידי - חיימיל - 30/01/2006 5:42:48

קרעמער » 30/1/2006 05:56

חיימיל;

די רעיון וואס דו ברענגט ארויס שטייט שוין בעצם אין די גמרא (ברכות לד:) אז א מיניסטער קען זיך נישט אזוי אפט דרייען ביים קעניג ווי אן עבד וועלכער קען אריינגיין און ארויסגיין ווען ער וויל.

שלמההמלך » 30/1/2006 07:40

פטור צו ווערן פון דעם "הדף בטעינה" דריק די סטאפ (x) באטן, אדער די Esc קי.

יאנאש » 30/1/2006 15:01

יא, אבער מען קען נאכער נישט לייגן מענטשעלעך און נאך זאכן

קרעמער » 30/1/2006 17:31

שלמההמלך;

דער ראש הקהל האט מיר געזאגט אז ESC האט גארנישט געהאלפן ביי אים. זעהט אויס אז ער האט 'ראש-הקהל'ישע זיבל'דיגע פראבלעמען..

התאחדות » 30/1/2006 19:31

סיז מיר בייגעפאלן אן עצה איבער די דף בטעינה,









































































נאר ווארטן ביז ווילאנג דאס גייט אוועק.

קרעמער » 30/1/2006 21:45

סאכדעס;

נישט ביי יעדן גייט דער פראבלעם אוועק דורכן ווארטן. כ'מיין... ווארטן האט דאך אויך א שיעור... דער ראש הקהל האט מיר געשריבן אז ער האט געווארט צען מינוט! און עס איז נישט פונאנדערגעגאנגען.

קרעמער » 30/1/2006 21:48

יעצט איז אריינגעקומען אין גוגעל-טאלק א פארצווייפעלטע הילפס-רוף פון אונזער חשוב'ע מנהל משנה מר. נישט-צו-פארנומען, ער שרייבט קלאר אז עס נעמט שוין ביי אים 3 שעה און מער, און דער דף האט זיך נאכנישט געענדיגט טענה'ן...

mates1 » 30/1/2006 22:16

ווען דער "הדף בטעינה" שטעלט זיך דיבאם ווי א פארעקשענטער פערד,
נעם איך דאס תהילים'ל און זאג אויס דעם תהילים של יום, און באלד דערנאך
האב איך די ישועה.

בדוק ומנוסה.

תוקן על ידי - mates1 - 30/01/2006 22:17:04

not2bz » 30/1/2006 22:17

ס'איז געגאנגן אן תהילים

התאחדות » 30/1/2006 22:19

ביים דאיען ערעב סאכדעס נעמט דאס מעסטענס אזוי לאנג ווי סינעמט פון טענס אסטר ביז פורים, -אזוי שרייבנדיג פון פורים דערמאן יאך זאך א נייעם ניגון פורים קומט פסח גייט, שבועות איז א פרייליכע צייט,- קען זיין סיהאט צוטוהן מיט די קשר אינטרנט וואס מ'טוט פארמאגן, אולי........ 

not2bz » 30/1/2006 22:24

איך האב מיך דערמאנט פון די ניגון ווען איך האב אריין געסיינט צו גוגל טאלק

חיימיל » 30/1/2006 23:30


איך ווארט ענדערש אויף משיח
ווייל דער גרינער {איך וויל אים נישט ריפן ביים נאמען....} האלט נישט ביים גיין

איך נעם דעם שארט קאט
דורוך דריקען אויף דעם סטאפ באטען
פאר די מענטשלעך דערווייזן זיך אויפן סקרין

קרעמער » 31/1/2006 01:38

נאט-טו;

ס'פאסט נישט אזוי צו רעדן "איך בין געהאלפן געווארן אן תהלים"! דו כאפסט נישט אז 'מאטעס'ן'ס תהלים האט פאר דיר אויך געווירקט?

משנה_למלך » 31/1/2006 08:01

שוין קודם האב איך א גוטע תירוץ פארוואס נישט איבערצולאזן פון מיר
דא עפעס תגובות, עס דוערט דאך אזוי מין לאנג אז  איך קראך ,

און נאכדעם כל, ווייס איך טאקע נישט פשט פארוואס דער דארף זאל זיך
טענה'ן, און מיט וועמען ?

טענה'ט ער זיך שנעלער אדער שטייטער. געוואנדן אין די קאנעקשאן ספיד ?

not2bz » 31/1/2006 16:40

קרעמער

גערעכט גערעכט

קרעמער » 31/1/2006 18:13

נאט-טו;

אזוי ווי אייביג.

not2bz » 31/1/2006 18:20

קרעמער

אזוי ווי כמעט אייביג

התאחדות » 31/1/2006 18:34

סידערמאנט מיר אין די מאמר חז"ל טענו ליה בחיטין והודו לזכר קדשו

cano » 31/1/2006 22:58

התאחדות: מראה מקום  please
מיט דאנקבארבייט פון פאראויס

התאחדות » 31/1/2006 23:15

חדשות אנש דף ג. אין די אלטע צייטן