אינטערעסאנטע לייסענס פלעיטס
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1790806
איך בין פריער געשטאנען ביי א טרעפיק לייט, איך האב געזען א קאר אריבער פארן, איך האב פערצופעל געקוקט אויף זיין לייסענס פלעיטס, און נישט מער און נישט ווייניגער עס שטייט דארט 3X0.
איך מיר אליינס נישט געגלייבט וואס איך זעה, האב איך געמאכט א אום לעגאלע דריי אויף רעכטס און עס נאכגעפארן צו זעהן אויב איך האב גוט געזעהן, און יא איך האב גוט געזעהן.
אויפן מוניט געדענק איך איין אינטערעסאנטע פלעיט וואס איך האב אמאל געזען.
I AM BZ
אוי נעבעך דער איי עם ביזי איז אלעמאל מסתמא פארנומען.
3X0;
יישר כח פארן ווידעראמאל אויפברענגן אן אינטערסאנטן טעמע, איך שטום פאר דיר אלץ "שרייבער פון די וואך/חודש"...
איך זעה לעצטנס אויף זייער אסאך לייסענס פלעיטס די פאלגענדע אותיות CTU, קען מיר איינער זאגען פארוואס?
נעכטן האב איך געזען א לייסענס פלעיט BL1ND... איך האב געציטערט צו גיין אויפן סייד-וואלק... וואס קען מען ערווארטן פון א בלינדן דרייווער?
קרעמער;
איך מיין אז "סי טי יו" איז די ראשי תיבות פון עפעס א גאווערמענט עדזענסי באוואוסט אלס קאנטער טעראריזם יוניט.
וד"ל.
יאנאש;
דו ווייסט צופיל... כ'האב מורא אז דו האסט דזשעק באוער'ס סעלפאון נומבער.
ווער איז דזשעק באוער?? די מיינסט אפשר קיפער סאטערלענד??
ניין.. ר' יאנקל בויער. קענסט אים נישט?
אויך קאן מען זעהן ארומרייטן אן אויטא מיט די בוכשטאבן אויפ'ן בלעכל ווי פאלגענד:
K9HORA
קיין עין הרע
קרעמער;
יענקל באוער איז נישט קיין מענטש און וועט קיין מענטש נישט זיין, עס איז נאר א נאמען פון א קערעקטאר אין די ספעסיפיק פילם, זיין אמת'ן נאמען איז קיפער סאטערלענד.
טינק אבאוט איט.
לעצטנס האב איך געזעהן א פלעיט וואס ליינט זיך אזוי SD-6 ווייס אפשר איינער וואס דאס קען באדייטן??
?Does the Name Arvin Sloane Ring A bell
תוקן על ידי - abi_gezint - 20/02/2006 22:03:51
איך ווייס נישט וואס דאס האט מיט דעם אשכול, באט אז די פרעגסט שוין יא וועל איך דיר ענטפערן.
יא די נאמען קלינגט מער ווי איין בעל, דערווייל קלינגט עס פיר מיט א האלבן בעל'ס.
איך האב נעכטן פארנאכטס געזען לעבן ShopRite א SUV און אויף די פלעיטס איז געשטאנען
OI VEY
אין וויליאמסבורג דרייט זיך ארום א קאר מיט די לייסענס פלעיטס:
GEVALD
אין ק"י פלעגט אמאל זיין א פלעיט אזוי
B1TUCHEN
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
דריי מאל גארנישט
דעס געהערט אפשר פאר איינעם דיין משפחה?
[בילד – נישט אפגעהיט]
דעס האב איך פריער געכאפט אין מאנסי
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געזעין א לייסענס פלעיט
ADAFADAY
A-DAF-A-DAY
איך האב פארגאנגענע וואך געזעהן א לייסענס פלעיט מיט די אויפשריפטן:
UR MESH1GA
דעם שבת געזען:
CAB1NET
שוין לאנג צוריק געזען א לייסענס וואס איז געצילט צו פארדרייען דעם קאפ פארן פאליציי אפיציר וואס וואגט זיך צו געבן א טיקעט:
WMWMMW
It woldnt be much helpfull in these days as the police just scan in your information so
they dont even look on your license plate
אין הכי נמי, אבער איך האב דאס געזען מיט בערך 5 יאר צוריק, און איך גלייב אז אין לויף פון די פאר יאר האט ער זיך געשפארט א שיינע מטבע.
אנומעלט בין איך ארויס געעקומען פון א חתונה, אזוי זיכענדיג מיין קאר דערזעה איך א קאר, א סובערו דאכט זיך, און די לייסענס פלעיטס ליינט זיך LEVYKATZ ... (נאמען איז עטוואס געטוישט).
איך ווייס נישט אויב דער בעה"ב פונעם קאר איז ר' לוי אליינס אדער איז עס גאר א נאמען אין די וועלט אריין.
אלענפאלס, איין זאך טוהט ער יא אויף, אויב ער פארקט דאבעל אין פראנט פון קאנטינענטאל דארף מען בלויז אויסרופען אויפן מייק "ר' לוי כ"ץ ווערט געבעטן צו ריקן זיין קאר, מ'טיילט טיקעטס"....
[בילד – נישט אפגעהיט]
///
פאריגע וואך האב איך געזען אזאנס
BROOKLVN
היינט געזעהן:
Money talks, mine says goobbye
סארי שנאפסעלע, האסט געהאט אביסל מידע אויגעלעך ווען דו האסט געשריבן די תגובה דיינע, עס וואלט געברויכט אריינגיין אין דעם אשכול פון באמפער סטיקערס, איך גלייב נישט אז יענער האט אזא גרויסע לייסענס פלעיט.
איך בלעים דיר נישט, 2 אזייגער פארטאגס ... כ'מיין יעדער וואלט געקענט מאכן אזא טעות.
USA BOY
XXVOIDXX
זוכענדיג אינטערסאנטע לייסנס פלעטס, זעה איך לעצטענס ביים ציבור די ערשטע דריי אותיות פון חזק, CZK
איך האב קודם געקלערט אז דאס איז נאר א אידישע פלעיט נומער, אבער למעשה האב איך דאס געזעהן ביי נישט אידן אויך, קען זיין אז זיי זענען רעפארמער גיי ווייס.
van 000
יוסי פריד אין קר"י
YOSSI
אין מאנסי דרייט זיך א קאר ZEIDY
מענין לענין באותו ענין,
איך בין געווען אין א אפיס,
-ביטע נאר שרייבן איבער לייסענס פלעיט'ס אין דעם אשכול-
תוקן על ידי - kraitchmer - 29/03/2006 20:11:40
YANKI 1
AFORDEBL ( איך האף אז איך ספעל עס גוט)
יאנאש;
דא האסטו א מתנה פון מיר.
[בילד – נישט אפגעהיט]
פעדעקס;
א גרויסן יישר כח.
ביי די וועי, יאנאש האט ליבערשט ווען מען ספעלט זיין נאמען מיט א "יו" אזוי yanush, פשוט ווייל דער יאנאש נאך וועמען מען רופט יאנאש'ן, פלעגט אזוי צו שרייבן, מיט דאנק פין פאראויס.
ביי די וועי, ביי די וועי, וואו האסטו זיך דאס איינגעשאפן?
אז מ'בעט שיין באקומט מען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב היינט געזעין
EXIT 10
איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט"
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296R U 2 FAT
fedex;
אפשר פארשאפסטו מיר א לייסענס פלעיט מיט מיין נאמען (אדער זאג מיר וויאזוי דו מאכסט דאס, און איך וועל דאס פרובירן אליין צוזאמצושטעלן). יישר כח.
קרעמער, ווען דו וועסט וויסן וויאזוי מ'מאכט עס, ביטע מאך איינס פאר מיר..
יגר סהדותא;
דאכט זיך אז דיין ניק פיט נישט ארויף אויף איין לייסענס, וועסט מוזען לייגן צוויי דריי שטיק, אויב דו האסט א מאטארסייקל איז דאס נישט שייך.
יגר האט א העליקאפטער, נישט א מאטארסייקל.
קרעמער,
איך האב נאר געקענט טרעפן דיין אלטע פלעיטס, אפשער פעדעקס וועט טרעפן דיין יעצטיגע.
[בילד – נישט אפגעהיט]
יישר כח.
יעצט צייג מיר זיי מוחל צו דאס מראה מקום.
דא איז דיין לייסענס פון נו גערזי.
[בילד – נישט אפגעהיט]
שוין איך זעה מיין בראך, מיין לאנגע נאמען אוי וויי וואס טוט מען, איך וועל שוין היי יאר ערליכער זאגן דעם "צא ולמד מה ביקש "לבן הארמי" לעשות וכו' וכו', וואס זאל איך טוהן אז דער פעטער לבן האט מיר אזא נאמען געגעבן.
אפ אפ אפ ס'איז מיר איינגעפאלן אן עצה, שיק מיר א פלעיט אויף מיין אנדערע ניק..
סארי
יענע ניק איז אויך צו לאנג...
כ'על נישט באהאלטן מיין עסעניש אז דוקא איך, דער
ראשאקאל און אויסערן מיניסטער פון די קרעטשמע
זאל זיך ארומדרייען אנע פלעיטס מיטן אייגענעם נאמען.....
יאנאש! איך וויל נישט דארפן ווארטן, ערלעדיג מיר אנע חכמות
אן אפישעל פלעיט אויף וועלכן עס זאל זיך ליינען 'י ע נ ט א א ש'
מיט קלארע אותיות...... אבער דוקא אפישעל פלעיטס........