היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » וואס האט איר די מערסטע ליב/פיינט אין קרעטשמע

וואס האט איר די מערסטע ליב/פיינט אין קרעטשמע

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1793740

קרעמער » 5/2/2006 16:05

פשוטו כמשמעו, יעדער זאל פרובירן זיך מצמצם זיין און ארויסברענגן אויפן שפיץ גאפל וועלכע זאכען ער גלייכט דאס מערסטע, און וועלכע זאכען מאכן אים איבלן דא אין די קרעטשמע.

איך וועל אנהייבן מיט א "תיבה אישית" וואס איך האב ערהאלטן פון הרוצה בעילום שמו איבער דעם ענין:
אמערסטענס האב איך פיינט ווען עס איז ליידיג :-) און ווען איינער שרייבט א תגובה, און כדי כלומר'יש צו האלטן דעם עולם געשפאנט לאזט איבער א ריזיגע ליידיג שטיקל און פארענדיגט מיט א קארני זשאוק. ווער רעדט נאך פון אן אשקול וואס די גאנצע בלאט איז פיל מיט דעם. כ'האב שוין אסאך מאל געפלאנט גוט אויסצוזידעלן איינעם, נאר איך וויל נישט זיין די אלטע גערעגטע זיידע...

מען בעט יעדער איינער זאל זיך משתתף זיין מיט הגהות והערות, דער אשכול זאל זיך צואוואקסן אויף הייוון, און מען זאל קענען זעהן וואס זענען די מעלות פון די קרעטשמע, און וועלכע זאכן ברויכן נאך א תיקון.

יאנאש » 5/2/2006 17:42

מערסטע ליב:
ווען נאטורליך קומט ארויס מיט א פארזעצונג.

איינע פון די מערסטע פיינט:
ווען גראף אין קרעמער שמועסן זיך אדורך אין פאבליק.

נאטורליך » 5/2/2006 19:01

טענקיא יאנאש, איך בין דא אין פלארידע פאר אפאר טעג, מעצעשעם ווען איך קום אהיים.

קרעמער » 5/2/2006 19:18

נאטורליך;
 
דו נעמסט שוין באלד מער טעג אין די יאר וואקאציע ווי בוש...

יאנאש;

פארגינסט מיר נישט צו רעדן צום גראף? אגב, צייג מיר אן וואו איך פארברענג מיט אים ברבים?

שנאפס » 6/2/2006 02:00

וואלסט איהם דאך געקענט זאגן אז ער זאל שרייבן אז ערהאט עס ערהאלטן אין תיבה אישית...

גראף » 6/2/2006 03:13

אוי שנאפסעלע שנאפסעלע, איני יודע מה אתה שח, ביטע זיי אונז מסביר די טיפקייט פון דיינע רייד.

פארברענגן » 6/2/2006 18:29

איך ווייס שוין נישט צי איך מעג נאך אריינרעדן ווייל די אשכול איז שוין פארפארן,

 

אבער איך האב זייער ליב ווען יענטאאש רעגט זיך,

 אין ווען נאטורליך דערציילט א מעשה (אלץ קינד פלעג איך הערן

די טעפ פארסאמטע ברויט עס קוקט שוין באלד אויס אזוי דא אין קרעטשמע,

יעדער זינגט, נאטורליך דערצייל אונז א מעשה, נאטורליך דערצייל אונז א מעשה,

אין נאטורליך ענטפערט,

הערט מיך אויס קינדערלעך פיינע צי א מעשה גאר א שיינע,

קרעמער » 6/2/2006 18:47

פארברענגן;

האסט פארגעסן צו שרייבן: איך האב פיינט ווען אשכולות פארפארן..

שנאפס » 6/2/2006 22:56

גראפ'קיטשקע, איך האב רעפערירט צו קרעמער. איך בין דיר גראדע חושד אז דו האסט צו שטארקע שייכות מיט איהם...

קרעמער » 6/2/2006 23:15

שניפסל;

איך פארשטיי גראדע אויך נישט דיינע אויבערשטע רייד, בכלל ווייסן מיר שוין דעם אלטן כלל פון אין סיקרעטס בפובליק...

סאכדעס » 10/2/2006 20:09

יאך גלייך דאס מערסטע אז ווען יאך לייג אן הודעה, און עמיציר מאכט זיך וואוסענדיג [בילד – נישט אפגעהיט]

פיינט האב איך ווען עס קומט אמאל אריין א גאסט אויף א ווייל און ער לאזט נאך פון זיך אן איינמאליגע תגובה.[בילד – נישט אפגעהיט]

ברוגז בין איך אויף די אלטע שרייבערס וואס זענען פארשוואונדען געווארן וואו אין וואסער אריין.[בילד – נישט אפגעהיט]

פרייליך בין איך ווען נאטורליך האט רחמנות אויף אונז און שרייבט א מאמר.[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

אנגעצויגן ווער איך ווען סיז טויט אין קרעטשמע.[בילד – נישט אפגעהיט]

וויינען וויין איך ווען קרעמער איז שטיל פאר א שטיק צייט.[בילד – נישט אפגעהיט]

מוזיק הער יאך ווען יאך וויל ווערן אביסל אויפגעלייגט.[בילד – נישט אפגעהיט]

צומישט ווער איך ווען מ'רעדט פון מאוויס אדער מ'שרייבט ענגליש[בילד – נישט אפגעהיט]

איך עס ווען יאך בין הונגעריג, (גראדע ווען יאך בין נישט הונגעריק אויך)[בילד – נישט אפגעהיט]