היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ==פרשת בשלח==

==פרשת בשלח==

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1798030

קרעמער » 8/2/2006 19:37

רש"י ברענגט אראפ די וואך אז די אידן האבן נישט געפרעגט קיין קשיות אויף משה רבינו, נאר האבן געזאגט "אין לנו אלא דברי בן עמרם", האב איך אמאל געזען אין א ספר אז דערפאר האבן זיי אים אנגערופן "בן עמרם" און נישט סתם "משה רבינו", ווייל זיי האבן געוואלט אפגעבן כבוד פאר עמרם וועלכער האט נאך געלעבט! (עמרם איז אפילו געווען מבאי הארץ).

קרעמער » 8/2/2006 19:43

פראגע פון די וואך:

וועלכע ברכה האבן די אידן אין מדבר געמאכט אויף די מן?

צייטליך » 8/2/2006 20:11

אלע ספרים רעדן דערפון, איך געדענק נישט פונקטליך די בני יששכר און די חיד"א רעדן אסאך איבער דעם,
איך האב אמאל געהערט אז זיי פלעגן מאכן די ברכה "מוציא לחם מן השמים"

ס'איז דא אנדערע וואס זאגען אז ס'ווענט זיך לויט וואספארא טעם מ'האט אינזין געהאט ס'זאל האבן, לויט דעם האט מען געמאכט די ברכה.