היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א שיינע אתרוג

א שיינע אתרוג

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1803878

3x0 » 13/2/2006 04:16

איך האב אמאל געהערט, אז עס ווערט געברענגט, אז מען זאל בעטן חמשה עשר בשבט פאר א שיינע אתרוג.

ווען דארף מען עס בעטן?

ביים דאווענען?

ביים עסן?

ביים לערנען?

mates1 » 13/2/2006 13:51

דער "בני יששכר" שרייבט, וזה לשונו:

"מה שקיבלנו מאבותנו להתפלל בט"ו בשבט על אתרוג כשר ויפה ומהודר, שיזמין השי"ת בעת המצטרך למצוה, כי הנה זה היום אשר עולה השרף באילנות, והוא כפי הזכות של כל אחד מישראל - הנה מה טוב ומה נעים שיתפלל האדם ביום ההוא ראשית יסוד הצמיחה שיזמין לו השי"ת לעת המצטרך את הפרי עץ הדר, והנה תפילתו תעשה פירות". עד כאן לשונו.

יהי רצון אז השי"ת זאל אונדז אלע מזכה זיין מיט א שיינעם כשר'ן און א מהודרן אתרוג, און עס זאל אונדז אנקומען מיט א נארמאלען פרייז, אן קיין הויט שינדעריי.

3x0 » 13/2/2006 16:54

איך האב היינט אינדערפרי געטראפן א איד וואס גלייכט ווען מען מען פרעגט אים קשיות און שאלות, האב איך אים געפרעגט מיין קשיא.

וועלעכע צייט און טאג דארף מען בעטן פאר א שיינעם אתרוג?

זאגט מיר דער איד אז ער בעט פאר זיין אתרוג ביי די ברכה פון שמע קולנו, ווייל דארט קען מען דאך בעטן אויף וואס מען וויל.