היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » בילדער פון חמשה עשר בשבט

בילדער פון חמשה עשר בשבט

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1803884

3x0 » 13/2/2006 04:42

דא האט איר בילדער פון די פרוכט וואס מען האט (אדער יא, אדער נישט) אנגעגריטט ביי אונז לכבוד חמשה עשר בשבט.
[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/2/2006 07:02

אז מ'רעדט שוין פון פירות וואס מען האט נישט אנגעגרייט לכבוד חמשה עשר בשבט
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/2/2006 07:03

דאס אויך נישט
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/2/2006 07:04

פון וואנעט ווייס איך? ווייל די אלע אויבערשטע בילדער פארמאגן אין זיך בורא פרי האדמה פרוכט, וואס איז נישט קיין ענין צו עסן אום חמשה עשר בשבט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/2/2006 07:05

אההה יעצט רעדסטו, דערלאנג מיר טאקע אהער פון די פיינע פארטרוקנטע פרוכטן
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/2/2006 07:07

גלייבט מיר אז די גלעזל וויין האט גארנישט געשאדט... כ'מיין ווי נישט ווי קומט דאך וויין אויך פונעם בוים

פאלגענד איז א בילד פון די "חמישאסער" פעקל וואס מיין טאכטער ברענגט (אדער יא אדער נישט) אהיים פון סקול, פארלאנגענדיג א נדבה פון בלויז 300 דאלער (מיינוס טעקס)
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/2/2006 07:08

אביסעלע ניסעלעך שאדט אויך נישט... ס'דאך דאך נישט תשרי


[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/2/2006 07:09

און אז די דעקל פון די ניסלעך שאכטל פאסט אריין אין דעם ווינטער סעזאן מיט א רעקארד הויכע שניי מאן, איז דאך מה טוב ומה נעים...
[בילד – נישט אפגעהיט]

בןהרחמן » 13/2/2006 18:33

קרעמער איך האב נישט געוואוסט אז אויסגעמאלענע וויין און פרוכט קען מען אויך טרינקען (און עסן)
[בילד – נישט אפגעהיט]

whats_up » 13/2/2006 18:39

ער פארענטפערט זיך נאך אז וויין קומט אויך פון א בוים

קרעמער » 13/2/2006 22:40

בעני;

כ'פארשטיי דיר נישט, דו עסט קיינמאל נישט קיין געמאלענע פלייש? אין דיין קעיק לייגט מען דען נישט אריין געמאלענע ניס?

שנאפס » 13/2/2006 23:07

קרעמער; בעני האט טאקע געשריבן אויסגעמאלנע וויין דוק ותשכח...

קרעמער » 13/2/2006 23:17

שנאפס;

נעם זיך נישט אזוי אן פארן פאטער...

אגב, אויסגעמאלענע וויין? קען מען דען מאלן וויין? האסט אמאל געהערט פון איינער וואס מאלט וואסער?

whats_up » 13/2/2006 23:21

איך האב נאך טאקע נישט געזען וויאזוי איינער מאלט וואסער אבער איך האב שוין געהערט פון א וואסער מיל

שנאפס » 13/2/2006 23:32

קרעמער; די שאלה איז וואס אויסגעמאלן איז די זיידע מיינסטו, האב שיעור געהאט א דורכפאל

קרעמער » 14/2/2006 02:29

שנאפס;

אויב דו וואלסט געמיינט אויסמאלען, וואלסטו געדארפט דרוקן דעם אויס, נישט דעם וויין.

בןהרחמן » 14/2/2006 04:18

שנאפס איך זעה דו האסט טאקע גוט מדייק געווען אין מיינע ווערטער, איך האב בשעת ווען איך געטייפט קודם געשריבן געמאלענע וויין נאר איך מיך געכאפט אז דער קרעמער וואס האלט שוין נאך אפאר כויתעס סיי פון כאַמישאָתער און נאך דערצו פון שלשים יום קודם החג וואס איך ווייס דאך ער האלט ווי די בית הלל אז מוסיף והולך, ממילא האב איך איבערגעשריבן אויסגעמאלענע, אבער זעהט אויס אז פאר איהם איז נישט גענוג סתם צו אויסמאלן נאר מען מוז עס אראפמאלן מיט פארבן [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 14/2/2006 05:39

בעני;

איך ברענג אראפ דיינע ווערטער, און זאג דו מיר ווער עס האלט נאך וויפיל כוסות...
איך האב בשעת ווען איך געטייפט קודם געשריבן געמאלענע וויין נאר איך מיך געכאפט אז דער קרעמער וואס האלט שוין נאך אפאר כויתעס סיי פון כאַמישאָתער און נאך דערצו פון שלשים יום קודם החג
איך מיך וואס?

יאנאש » 14/2/2006 21:18

איך מיך געכאפט (אזוי מיין איך) ניין?

בןהרחמן » 14/2/2006 23:35

קרעמער טייערער איך זעה אז דו ביזט טאקע מקיים דעם מוסיף והולך אפילו מיט די שיטת מהדרין פון כוס לכל אחד אחד (כמבואר באשקול לחנוכה בקושיית החת"ס למה אין מדליקין לכל אחד ואחד להמהדרין מן המהדרין), און דו פארגעסט וואס דו האסט אליין געשריבן כמה פעמים אז דער הדף בטעינה עסט צומאל אויף ווערטער אזוי ווי דו האסט דאך שוין אליין איבערגעצייגט כמה פעמים ביי דיינע אייגענע תגובות, איז מאי כל הרעש אז איין ווארט איז ארויסגעבליבן [איך האב מיך געכאפט] .

קרעמער » 15/2/2006 00:31

בעני; (נישט יעדן, און נישט אייביג, דריי איך אזוי דעם קאפ, ואתך הסליחה).

זיי נישט בייז, איך וויל נאר מדייק זיין אין דיין פרישע תגובה איין קליינע דיוק (אגב; דער "הדף בטעינה" עסט נאר אויף גאנצע שורות, ער נעמט נישט ארויס איין ווארט פון צווישן אנדערע..).

דו שרייבסט:אזוי ווי דו האסט דאך שוין אליין איבערגעצייגט כמה פעמים

אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דער "דף בטעינה" האט דא געטאן? האט ער אויפגעטוישט און געשריבן "דאך" אנשטאט "דיך", אדער האט ער דא אויך ארויסגענומען דעם ווארט "זיך" פון צווישן די ווערטער "האסט" און "דאך", ווייל אנדערש - במחילת כבודך - האבן די ווערטער נישט קיין געהעריגע פשט.

בןהרחמן » 15/2/2006 01:11

אזוי ווי עס קוקט אויס אז היינט ביזטו אין די גיסטע מיר (מער פון יעדן) צו דרייען א קאפ פארוואס עס איז געשעהן א קליינע טעות בשעת'ן טייפן אביסל שנעל, על כן וועל איך דיר יעצט לאזן האבן דאס לעצטע ווארט דו זאלסט מיינען דו ביזט גערעכט. (נישט יעדן און נישט אייביג לאז איך יענעם האבן דאס לעצטע ווארט).