היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » שלושים יום קודם החג

שלושים יום קודם החג

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1805165

התאחדות » 14/2/2006 00:23

איך וויל דעם דאזיגען אשכול ווידמען אויף א שיעור אין הלכות פורים, סאו ווער וויל זיך מנדב זיין און פארלערנען דעם שיעור אין הלכות פורים, זאל אומר ועושה אנהויבן אויף דעם זעלבן וועג ווי די צוויי הלכות בכל יום.

אויב וויל דער ציבור, וועט מען אויך מאכן א שיעור כללי הארט בעפאר פורים, אויף דעם האף איך אז קרעמער עט אנעמען דעם כבוד. 

רבותי רופט אייך אהן ווי פריער ווייל יאך וויל אז מ'זאל דא דורכלערנען גאנץ הלכות פורים אין קרעטשמע.



תוקן על ידי - התאחדות - 14/02/2006 0:22:58

קרעמער » 14/2/2006 02:45

וואס גייט פאר מיטן דיין? ער איז מיר עפעס אזוי ערנסט געווארן... מיר האלטן דאך שוין אין די "שלשים יום קודם החג הגדול והנורא"! די גאנצע ציהל פון אונזער קרעטשמע איז דאך נאר אנצוגרייטן דעם עולם פון א טאג נאך שושן-פורים ביז אסתר תענית, אז די פורים'דיגע גייסט זאל חלילה נישט פארשוואונדן פון אונזערע פנימ'ער, ביי אונז איז דאך "אלל-יער-ראונד" בבחינת פורים, נאר עס קומט צום קלימאקס אין די שלשים יום קודם החג, ווער רעדט נאך אין די שבעה... און אין די עצם ימי הפורים אליין...

אלזא, טייערע חברים, לאמיר זיך טאקע נעמען אין די האנט אריין (פיינע פלעשער וויין) און מאכן די ריכטיגע הכנות צום הייליגן יום טוב פורים וואס געט חיות פאר אונזערע פארטרוקענטע ביינער רינגס-און-ארום דעם קיילעכיגן יאר, רבותי! לחיים...................

פארגעסט נישט אריינצולייגן דעם פלאש אינעם קילער שוין היינט תוקן על ידי - קרעמער - 14/02/2006 2:44:31
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 14/2/2006 02:47

יאנאש האט שוין געמאכט דעם ארדער לכבוד פורים, זייט רואיג
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 14/2/2006 02:48

אוי וויי! מען האט שוין גערעדט פון טרינקן... יעצט כאפט א בליק אויף ניני
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 14/2/2006 02:49

דעם ... האט מען סתם אזוי נישט אויסגעלערנט פון וועלכן זייט מען טרינקט...
[בילד – נישט אפגעהיט]

משנה_למלך » 14/2/2006 07:41

very cute pictures

keep it up kraymer !!

סעמאן_פיש » 14/2/2006 09:36

[בילד – נישט אפגעהיט]