שונה הלכות
יום ב' יתרו ס"ו
היות מיר זענען דאך אידן מאמינים בני מאמינים, אלע ווילן דאך זוכה זיין צו עוה"ב, האב איך געקלערט אלע טאג פארצולערנען מיין שיעור וואס יאך לערן געווענדליך פאר אין שוהל, דא אין קרעטשמע, היות דער עולם איז דאך לעצטענס פארנומען מיט דאווענען ערגעץ אנדערשוואו, אלזא האב איך זיך באשלאסן פארצולערנען אלע טאג צוויי הלכות מחבר ורמ"א און אויסשמועסן אביסל אחרונים דא דארט אז דער עולם זאל וויסן המעשה אשר יעשון כדת וכדין.
מ'האלטן מיר אורח חיים סימן קלג דין ברכו בשבת ובו סעיף אחד, זאגט דער מחבר סעיף אלף בשבת ויום טוב אין אומרים ברכו אחר קדיש בתרא, שבת און יום טוב זאגט מען נישט קיין ברכו נאך די לעצטע קדיש פאר עלינו, הגה איז דער רמ"א מסביר, אפילו במקום שנהגו לאמרו בימות החול, אפילו אין די פלעצער וואס מ'פירט זיך אינדערוואכן, צו זאגן ברכו נאך קדיש, שמא לא היו יחידים בביהכ"נ כשאמרו ברכו, טאמער זענען געווען איינצעלנע וואס זענען נישט אנגעקומען אין בית המדרש ווען דער בעל תפילה האט געזאגט ברכו פאר יוצר אור, מכל מקום, אויף יעדן פאל, בשבת ויו"ט אין לאמרו, זאל מען אום שבת אדער יום טוב דאס נישט זאגן, פארוואס? דהכל באין לבית הכנסת קודם ברכו, וויבאלד אלע מענטשן קומען אן נאך פאר מ'זאגט ברכו, רעדן שוין אויס די אחרונים, אז דער רמא מיינט צו זאגן אז אפילו געוויסע זענען אנגעקומען נאך ברכו פון יוצר אור, אבער צו ברכו וואס די וואס זענען עולה לתורה קומט מען דאך זיכער אן, ממילא זאל מען שבת ויום טוב נישט זאגן קיין ברכו נאך דעם לעצטן קדיש.
לאמיר גיין ווייטער סימן קלד סדר והוא רחום והגבהת התורה ובו ב' סעיפים
הגה דער רמא הויבט אן מיט א הקדמה צו די רייד פון דעם מחבר מיט די ווערטער נוהגין להרבות בתחנונים בשני ובחמישי ואומרים -פון דא און ווייטער איז די רייד פון דעם מחבר- והוא רחום, מ'פירט זיך אום מאנטאג און דאנערשטאג צו פארמערן מיט געבעטן צו גאט, און מ'זאגט והוא רחום, לייגן שוין די אחרונים צו אז מ'זאגט בעפאר דעם ווידוי אזוי ווי מיר פירן זיך אלע טאג, אז מ'זאגט אשמנו, ואומרים אותו בקול רם, און מ'זאגט דאס מיט א הויך קול - אזוי האלט דער מחבר, מ'דארף דאס צו זאגן שטייענדיג, ואם לא אמרו מעומד עובר על התקנה ונקרא פורץ גדר, און אויב זאגט מען דאס נישט שטייענדיג, יעמאלט איז מען עובר אויף די תקנת חכמים, און מווערט אנגערופן א פורץ גדר, וואס אויף דעם שטייט שוין פורץ גדר ישכנו נחש.
הגה וכן נוהגין לאמרו מעמד, דער רמא זאגט אז מיר פסק'נען טאקע אזוי ווי דער מחבר און מ'דארף דאס צו זאגן שטייענדיג, זאגן די אחרונים דער מגן אברהם ברענגט דאס אויך צו, אז קל ארך אפים וואס מ'זאגט נאך קדיש פאר ויהי בנסוע זאל מען אויך זאגן שטייענדיג, וויבאלד מ'זאגט דארט ווידוי, חטאנו לך וגו', זאגט דער רמא אבער, אבל אומרים אותו בלחש, אז מ'זאל זאגן והוא רחום שטילערהייט אזוי ווי מ'זאגט שמו"ע, דער משנה ברורה פסק'עט נהרא נהרא ופשטיה, אז יעדערער זאל טוהן אזוי ווי מ'פירט זיך ביי די שוהל וואס ער דאווענט.
איצט זאגט דער רמ"א ומה שנוהגים להרבות בתחנונים בשני ובחמישי, א טעם פארוואס איז מען טאקע מרבה מיט געבעטן צו גאט מאנטאג און דאנערשטאג, משום שהם ימי רצון, וויבאלד דאס איז טעג וואס אין הימל איז מען פארגעביג, זאגן די אחרונים די סיבה, וויבאלד משה רבנו ע"ה איז ארויף אין הימל נעמן די לוחות אחרונות, איז ער ארויף אין א דאנערשטאג און ער איז אראפגעקומען אין א מאנטאג.
ולכן נוהגין גם כן להתענות בהם, און איבער די סיבה פירט מען זיך אויך צו פאסטן אום מאנטאג און דאנערשטאג, מארגן על מיר מאריך זיין אין דעם ענין ביטע מיר דערמאנען מארגן ביים שיעור.
ג' יתרו ס"ו
האלטן מיר סימן קלד סעיף ב' אבער ערשט עלן מיר זיך באציען אויף צוויי נושאים וואס איז געבליבן פון נעכטן.
דע ערשטע ענין איז איבער וואס דער רמא האט גענדיגט מיט די ווערטער ולכן נוהגין גם כן להתענות בהם, צייכנט דער משנה ברורה נאכצוקוקען סוף סימן תקפ אין משנה ברורה דארט רעדט דער משנה ברורה ארום אויף דעם וואס דער מחבר ברענגט דארט אין סעי' ג יש מי שאומר שגזרו שיהיו מתענין בכל שני וחמישי, על חורבן הבית ועל התורה שנשרפה ועל חילול השם, וואס דאס איז די מקור אויף די רייד פון דעם רמא אין אונזער סימן, זאגט דער משנה ברורה דארט וז"ל ומי שאינו יכול להתענות עכ"פ יתפלל בהם על דברים הללו, ויש מתענים מבשר ויין בהם וגם בלילה שלפניהם ובקיץ שאוכלים קודם הלילה א"צ להחמיר אם לא שקבלו עליהם לחשבו כלילה אחר תפלת ערבית. איתא בכתבים שראוי לכל בר ישראל לבכות על שריפת התורה שמכח זה נמסרה התורה לקליפות המקום יחזירנה לנו ב"ב. כתב התניא ביום הששי פרשת חוקת נהגו היחידים להתענות שבאותו היום נשרפו כ' קרונות מלאים ספרים בצרפת. גם בשנת ת"ח נחרבו שני קהלות גדולות באותו היום. גם נוהגין להתענות כ' סיון בכל מלכות פולין נהרא נהרא ופשטיה [מ"א] ועיין בשע"ת שהוא דוקא מבן י"ח לזכר ובת ט"ו לנקבה: נוהגים לקום באשמורת - דסוף הלילה הקב"ה שט בעוה"ז והוא עת רצון ומה שנהגו מר"ח שאז עלה משה בהר סיני לקבל לוחות אחרונות והעבירו שופר במחנה משה עלה להר שלא יטעו עוד אחר ע"ז והוי עת רצון. ואיכא אסמכתא מקרא אני לדודי ודודי לי ר"ת אלול וס"ת עולה מ' כנגד ארבעים יום מר"ח אלול עד יוה"כ כי באלו ארבעים יום התשובה מקובלת להיות לבו קרוב אל דודו בתשובה ואז דודו קרוב לו לקבל תשובתו מאהבה ועוד סמך מקרא ומל ד' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך ר"ת אלול, על כל פנים זעהט מען פון די ווערטער די גרויסקייט פון די טעג מאנטאג און דאנערשטאג, איך ברענג עס צו אז דער עולם זאל על כל פנים נזהר זיין ווי ווייט מעגליך, צו זאגן כאטשיג דעם והוא רחום, און נישט זיך פרייען אלע מאל וואס מ'קען זיך ארויסדרייען פון דעם.
(במאמר המוסגר וועל איך זיך באדאנקן פאר דעם קעניג פון הייד פארק הרב דזשיבוי, פאר מיר שיקן דעם לשון המשנ"ב, זאל איהם די זכות באשטיין.)
דער צווייטער ענין איז וואס יאך האבע בכלל נישט ערווענט ביים שיעור נאר די מקשיבים לקולי האבן דאס געדענקט לכאורה נאך פון די אינגע יארן, גראדע האב איך דאס געוואלט אויסשמועסן, אבער לא איסתייע מילתא.
מיהאמיר נעכטן געלערנט אז מ'זאגט והוא רחום בב' וה', זאגן די אחרונים אז מ'האט דאס מתקן געווען על ידי מעשה נס גדול כמובא בכל בו וכנדפס בסידורים, איז היות דער עולם ווייסט דאך אז יאך האבע נישט ביין מיר קיין ספרים אמער יאך בין אינדרויסן פון שטאט, הגם יאך געדענק די מעשה אבער דאס צו פארציילן פאר דעם ציבור באדארף מען צו האבן די מעשה פונקטליך, האבע יאך געבעטן מיין חבר ערעב קרעמער, זאל מיר דאס אויפקוקען זאגט ער אז ער געדענקט דאס פון סידור היעב"ץ, און ער האט מיר נאכגעזאגט די גאנצע לשון, לכאורה מזכרונו.
סיז אמאל געווען א מעשה מיט א שיף פון אידן וואס איז געקומען פון גלות ירושלים, -אזוי רופט ער דאס- און איז אנגעקומען צו א געוויסען פריץ, האט דער פריץ זיי געזאגט איך וויל אייך אויספרובירן מיט א קאלעך אויוון, אזוי ווי חנני' מישאל ועזרי', האבן זיי איהם געזאגט גיב אונז ביטע 30 טאג, און דער פריץ האט דאס זיי נאכגעגעבן, האבן זיי געפאסט די דרייסיג טאג, און אלע טאג האבן איטליכער פון זיי פארציילט פאר אלעמען וואס מ'האט געחלום'ט ביינאכט, איז געווען צווישן זיי אן אלטער איד נישט אזא קלוגער, אבער א גרויסער ירא חטא, סוף פון די דרייסיג טאג רופט ער זיך צו זיין אן, סיהאט זיך מיר געחלום'ט איבער א פסוק וואס האט צוויי כי און דריי נישט, און איך ווייס נישט וואס דאס באדייט, האט זיך א קלוגער חכם דארט אנגערופן, זיכער מיינט דאס דעם פסוק, אין ישעי' מג פסוק ב, 'כי' תעבור במים אתך אני, ובנהרות 'לא' ישטפוך, 'כי' תלך במו אש 'לא' תכוה, ולהבה 'לא' תבער בך: ממילא זאגט דער קלוגער חכם פאר דעם וואס האט דאס געחלום'ט, דו קענסט זיכער אריינגיין אין דעם פייער, דו וועסט זיכער ניצול ווערן, און אזוי איז געווען, מ'האט געמאכט א ריזיגען פייער און דער בעל החלום איז אריין, אזוי ווי ער איז אריין אין פייער האט זיך דער פייער צוטיילט אין דריי חלקים, און מ'האט געזעהן אין יעדן חלק א צדיק וואס איז געקומען מקבל פנים זיין דעם בעל החלום, און זיי האבן געזאגט והוא רחום, דער ערשטער הא געזאגט ביז, אנא מלך רחום וחנון, דער צווייטער האט געזאגט ביז אין כמוך, און דער דריטער האט געזאגט ביז דעם סוף, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.
יאך האבע געברענגט קאפיעס, דערפון דא האט איר (דאס האט מיר קרעמער געשיקט מיט א טעלעגראם)
מעשה בספינת יהודים שבאה מגלות ירושלים למקום הגמון אחד, אמר להם רצוני לנסות אתכם בכבשן אש, כמו לחנניה מישאל ועזריה. אמרו לו תן לנו זמן שלשים יום ונתן להם. והתענו ובכל יום מה שחלם אחד מהם סיפר לכולם. והיה שם זקן אחד דחיל חטאין ולא חכים כולי האי. בסוף שלשים יום אמר להם: בחלומי אקרו לי פסוק אחד דכתיב ביה פעמיים כי ושלש לא. ולא אדע הפסוק. אמר לו זקן אחד חכם מאוד, ודאי פסוק זה הוא (ישעי' מג, ב) כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך, לכן אתה ודאי תכנוס באש ותנצל, ועשו כדבר ההגמון אש גדול מאוד, ונכנס הזקן בעל החלום באש ונתחלק האש לשלשה חלקים וראו שנכנסו באש שלשה צדיקים לקבל פני הזקן ואמרו והוא רחום, הראשון אמר עד אנא מלך רחום וחנון, והשני עד אין כמוך, והשלישי עד הסוף.
האלטן מיר סימן קלד סעיף ב מראה פני כתיבת ספר תורה לעם העומדים לימינו ולשמאלו, דער בעל הגבה זאל ווייזן די כתב פון דעם ספר תורה פאר דעם ציבור אין שוהל, סיי פאר די וואס זענען אויף זיין רעכטע זייט און סיי פאר די וואס זענען אויף די לינקע זייט, ומחזירו לפניו ולאחריו, ער פירט די ספר תורה פארנט צו און אונטן צו, רעדן אויס די אחרונים, אז מ'זאל מאכן א סיבוב צו די רעכטע זייט, דאס הייסט אויב שטייט ער מיט'ן פנים צו מזרח דאן זאל ער זיך דרייען צו דרום זייט, רינגס ארום ביז ער קומט צוריק צו מזרח, מיר פירן זיך אבער אז מ'גייט קודם צו דרום זייט א דרייפערטל רינג, און דאן צוריק צו מזרח, און דאן צו צפון זייט א דרייפערטל רינג, און דאן צוריק צו מזרח, און נישט קיין רינג ענד ראנג א ראזי, וויפיל צו עפענען איז מעיקר הלכה דריי עמודים, אבער דער כף החיים פסק'עט אז דאס זאל יעדערער טוהן לפי כוחו.
שמצוה על כל אנשים ונשים וויייל ס'איז א מצוה סיי פאר די מענער און סיי פאר די פרויען, לראות הכתב, צו זעהן די כתב פון די ספר תורה, סיווערט געברענגט א טעם פון די מקובלים אז מ'זאל קוקען אויף א ווארט וואס הייבט זיך אהן מיט די זעלבע אות ווי די נאמען, דאס הייסט אויב הייסט איינער שמואל, זאל ער קוקען אויף א אות וואס הייבט זיך אהן מיט א שין, און דאס העלפט פאר הצלחה.
ולכרוע ולומר וזאת התורה וגו' תורה ה' תמימה וגו', און זיך בוקען און זאגן די פסוקים פון וזאת התורה אשר שם משה לפני בני ישראל, און דעם פסוק תורת ה' תמימה משיבת נפש, טאמער האט מען געטראפן א פסול שבת ביי שביעי, וואס דאן נעמט מען נישט ארויס אן אנדערע ספר תורה, זאל מען דאן ביי הגבה נישט זאגן קיין שום פסוקים, סיז דא וואס האלטן אז מ'זאל דאס זאגן אפילו אינמיטן ברכות קריאת שמע, אבער מיר נעמן אהן דאס נישט צו זאגן אפילו אינמיטן פסוד"ז.
הגה זאגט דער רמא ונהגו לעשות כן אחר שקראו בתורה, מ'פירט זיך צו מאכן הגבה נאך דעם ליינען, דאס הייסט אז דער רמא קריגט אויף דעם מחבר, וואס ער האלט די מנהג הספרדים צו מאכן הגבה פאר דעם ליינען, האב איך געזעהן צו ברענגן אז אין ארץ ישראל מאכן אפילו די אשכנזים הגבה פאר דעם ליינען, אבער דאכצאך אז היינטיגע צייטן פירט מען זיך נישט אזוי, א טעם פאר די מנהג האשכנזים איז אז דער ציבור וואס וויל דאך אריינקוקען אין די ספר תורה ביי הגבה, זאלן נישט אנטלויפן פאר דעם ליינען, און אויסווארטן ביז מ'ענדיגט ליינען.
אבל כשמוציאין אותו, אבער ווען מ'נעמט ארויס די ספר תורה אומר השליח ציבור גדלו, זאגט דער בעל תפלה גדלו לה' אתי ונרוממה וגו', והקהל אומרים רוממו כו', אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים וכ'ו, און דער ציבור ענפערט מיט דעם פסוק רוממו, מיר פירן זיך צו ענפערן לך ה' הגדולה, און דא איז טאקע די פלאץ מעורר זיין דעם ציבור נישט צו זאגן גדלו, הגם דאס האט א שטיקל מקור, אבער מעיקר ההלכה זאל מען דאס נישט זאגן.
ויש אומרים לומר על הכל יתגדל, סיז דא וואס האלטן אז דער ציבור זאל זאגן על הכל, וכן נוהגים ביו"ט ובשבת, און דער רמא פסק'עט אז מ'זאל זיך אזוי פירן נאך אום שבת ויו"ט, אזוי ווי מיר פירן זיך טאקע, די אחרונים רעדן שוין אויס אז מ'פירט זיך צו זאגן בריך שמיה ביי הוצאות ספר תורה, וואס הגם דער אריה"ק און אזוי איז אויך משמע פון זוה"ק באלאנגט דאס נאר צו זאגן אום שבת, רעדט דאך שוין דער הייליגער ר' חיים וויטאל אין פע"ח שער קריאת ספר תורה און דאכצאך אויך ביי שבת, אז היות קיין איסור דאס צו זאגן איז דאך נישט דא, ממילא זאל מען דאס זאגן אינדערוואכן אויך, אויב איז עמיציר נישט אנגעקומען דאס צו זאגן בשעת הוצאה זאל מען דאס זאגן ביז ווילאנג מ'עפנט דעם ספר תורה, נאכדעם האט דאס נישט קיין שום זין, בשעת זאגן גדלו זאל מען אויפהייבן די ספר תורה, און די זעלבע זאך שבת ביי אחד הוא וגו' און ביי שמע ישראל וגו'.
ויש להחזיק התורה בימין, און דער רמא זאגט אז מ'זאל האלטן די ספר תורה אין די רעכטע האנט, דער משנ"ב ברענגט צוויי טעמים דערויף איינס, על שם הכתוב וימינו תחבקנו, און די צווייטע טעם ווייל די תורה איז געגעבן געווארן בימין, וכשעולה הראשון לקרות ווען דער ערשטער גייט צו די בימה עולה זיין, אומרים ברוך שנתן תורה וכו', זאגט מען דעם פסוק פון ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, דער משנ"ב זאגט אז מ'זאל זאגן נאך א פסוק אבער מיר פירן זיך נישט אזוי סיז דא מער ווי איין מנהג וואסארא פסוקים צו זאגן, נהרא נהרא ופשטיה.
איצט וועל מיר אביסל אויסשמועסן דעם ענין פון הוצאה והכנסת ספר תורה, די אחרונים זאגן אז אפילו אויב עמיציר איז אינדרויסן פון בית המדרש זאל ער משתדל זיין אריינצוקומען און זיין ביי הוצאה והכנסה, משום ברוב עם הדרת מלך, דער מנהג צו קושן די ספר תורה און דאס באגלייטן צו די בימה נעמט זיך פון דעם אריה"ק, עפ"י סוד איז דא א סמך אז א מאן זאל בחודש ט' גיין פתיחת הארון.
ביי החזרת ספר תורה זאל מען אינדערוואכן און שבת ביי מנחה זאגן קאפיטל כד, און שבת ביי שחרית קאפיטל ל' דאכצאך, לדוד מזמור הבו לה' בני אלים.
הלכות קריאת ספר תורה סימן קלה סדר קריאת התורה ביום שני וחמישי ובו יד סעיפים, פון דא ביז די נעקסטע 15 סימנים איז הלכות פון ליינען אין דעם סימן וועט מען רעדן איבער ליינען מאנטאג און דאנערשטאג, ביים דאווענען, די סימן האט פערצן סעיפים.
סעיף א זאגט דער מחבר בשני ובחמישי ובשבת במנחה, מאנטאג אין דאנערשטאג, ביי שחרית, -הגם בדיעבד האט דאס צייט א גאנצן טאג, אבער לכתחילה איז בעסער מקדים צו זיין- און ווי אויך שבת ביי תפלת מנחה, קורין שלשה, ליינט מען אין די תורה פאר דריי מענטשן, אין פוחתין מהם, מ'ליינט נישט פאר ווייניגער ווי דריי, ואין מוסיפין עליהם, און מ'ליינט נישט פאר מער ווי דריי, אזוי האלט דער מחבר, עלמיר באלד זעהן נאך א שיטה, ואין מפטירין בנביא, און מ'מאכט נישט קיין מפטיר.
די סיבה פון ליינען מאנטאג און דאנערשטאג, שטייט אין (איך געדענק שוין נישט וואו) משה רבינו תקן להם לישראל, אז סיזאל נישט אדורכגיין קיין דריי טאג אהן ליינען אין די תורה, איבער דעם אויב האט מען פאר א סיבה נישט געליינט מאנטאג זאל מען ליינען דינסטאג, אבער פרייטיג נישט, איך געדענק נישט איצט דעם טעם פארוואס פרייטאג נישט, די טעם פארוואס מ'ליינט נישט מער ווי פאר דריי, און ווי אויך פארוואס מ'ליינט נישט קיין הפטרה, איז משום בטול מלאכה לעם, היות דער עולם ארבעט אין די וואכן טעג, ממילא איז מען נישט מטריח דעם ציבור זיי אויפצוהאלטן לענגער אין שוהל.
הגה זאגט דער רמא, ואם היו שני חתנים בבית הכנסת, אויב האט זיך געמאכט און צוויי חתנים, וואס ביידע זענען מחויב עולה צו זיין, והם ישראלים, און ביידע זענען ישראלים, דאס הייסט אז זיי קענען נישט עולה זיין כהן אדער לוי, מתר להוסיף לקרות רביעי, פסק'עט דער רמא אז מ'מעג צולייגן נאך א קריאה, דלדידהו הוי כיום טוב, ווייל פאר די חתנים איז דאך א יום טוב, שמתר להוסיף, וואס אין א יום טוב מעג מען מוסיף זיין צו די קריאה ביז זעקס קרואים, ונראה, און סיקוקט מיר אויס, דהוא הדין לשני בעלי ברית, אז די זעלבע הלכה זאל זיין ווען צוויי מענטשן מאכן א ברית, וואס דאן זענען אויך ביידע מחויב עולה צו זיין, דיום טוב שלהם הוא, וויבאלד א בעל ברית אין די טאג פון דעם ברית איז א יום טוב פאר איהם, כדלקמן סי' תקנט, אזוי ווי מ'פסקעט אין סי' תקנט, דאכצאך דאס איז לגבי די ניין טאג און ת"ב, (ודין שבת ויו"ט עיין לקמן ריש סי' רפב לענין הוספה, אין איבער שבת ויו"ט וועט מען שוין לערנען אין סי' רפב, וועגן מאכן הוספות)
למעשה פסק'עט מען הן לגבי חתנים און כש"כ לגבי בעלי ברית אז מ'איז נישט מוסיף קיין קרואים, היינטיגע צייטן איז דאס כמעט נישט שייך וויבאלד מ'ליינט עטליכע מאל א טאג אין שוהל.
האלטן מיר סימן קלה סעיף ב, זאגט דער מחבר, מקום שמפסיקין שבת בשחרית, די פלאץ וואו מ'ענדיגט ליינען שבת ביי שחרית, שם קורין במנחה ובשני וחמישי ובשבת הבא, דארט הויבט מען אהן צו ליינען שבת ביי מנחה מאנטאג און דאנערשטאג, און דארט הויבט אהן דעם קומענדיגן שבת צו ליינען, דאס הייסט למשל פ' בשלח ביי מנחה און די זעלביגע זאך מאנטאג און דאנערשטאג פ' יתרו, ליינט מען פ' יתרו.
אויב האט מען זיך טועה געווען און מ'האט געליינט ביי די זמנים אן אנדערע סדרה, נישט וואו מ'האט גענדיגט ליינען שבת, ווי למשל שבת ביי מנחה פ' בשלח האט מען געליינט פ' בשלח אנשטאט פ' יתרו, דאן איז דא א גרויסע מחלוקת הפוסקים, צו מ'דארף איבער ליינען צו נישט, מיר נעמן אהן אז מ'דארף נישט איבערליינען, אויב דערמאנט מען זיך אינמיטן ליינען, דאס הייסט לאמיר זאגן ביי לוי, דאן זאל מען מישן צו פרשת יתרו און אנהויבן פאר לוי פ' יתרו, אויב האט מען אבער שוין גענדיגט ליינען דאן זאל מען נישט איבערליינען, הגם דער משנ"ב בלייבט ביי א צ"ע, אבער הנלע"ד זאל מען נישט איבער ליינען, דער ערוה"ש זאגט א שטארקע סיבה דערפאר, היות די ליינען מאנטאג און דאנערשטאג, איז נאך מחמת תקנה, און נישט וועגן מ'דארף ליינען די גאנצע תורה, אמער מ'ליינט דאך שבת די גאנצע סדרה, ממילא האט נישט קיין זין איבער צו ליינען אויב האט מען זיך טועה געווען.
(הערה, אויב ווייסט איינער פון א דיין ומו"צ וואס האלט אנדערש, אדרבה זאל ער מיר ביטע מעורר זיין.)
הגה זאגט דער רמא א נייע הלכה אם בטלו שבת אחת קריאת הפרשה בציבור, אויב האט מען א געוויסע שבת נישט געליינט די סדרה, מחמת קטטה וכדו', סיי נישט ביי שחרית און סיי נישט ביי מנחה, דאס הייסט אויב האט מען זיך דערזעהן אז ביי מנחה איז די קטטה שטיל געווארן דאן זאל מען ליינען ביי מנחה מיט ז' קרואים, פונקט ווי מ'עט ווען געטוהן ביי שחרית, דער רמא רעדט זיך אויב מ'האט נישט געליינט ביי מנחה אויך נישט, דאן זאגט דער רמא, לשבת הבאה, די נעקסטע וואך, קורין אותה פרשה עם הפרשה השייכה לאותה שבת, דאן ליינט מען די סדרה וואס מ'האט נישט געליינט, די אנדערע וואך שבת צוזאמען מיט די סדרה פון די וואך, למשל פ' יתרו האט מען נישט געליינט דאן פ' משפטים ליינט מען סיי פרשת יתרו און סיי פרשת משפטים, און מ'ליינט פאר ראשון גאנץ פ' יתרו, און די ערשטע קריאה פון פ' משפטים, די זעלבע הלכה איז אויב האט מען פאר א געוויסע סיבה נישט געליינט די גאנצע סדרה פ' יתרו זאל מען דאן ליינען שבת משפטים די איבריגע וואס מ'האט נישט געליינט פ' יתרו, און דאס צוזאמכאפן מיט פ' משפטים, דער שערי אפרים האלט אבער אז מ'זאל ליינען גאנץ פ' יתרו, און נישט נאר דארט ווי מ'האט אויפגעהערט ליינען, פ' יתרושטעלט אייך פאר מ'זאל ליינען קבלת התורה פ' משפטים.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איצט טוהט זיך א גאנצע מחלוקת הפוסקים, וואס טוט מען ביי פרשת וואס זענען מחוברים, לדוגמא, תרומה תצוה ווען דאס גייט ביינעזאם, און מ'האט בכלל נישט געליינט, דאן איז דא גוויסע וואס האלטן אז פ' תשא זאל מען נישט ליינען דריי סדרות, מ'זאל נאר ליינען פ' תצוה און פ' תשא, -אויב האט מען נאר געליינט פ' תרומה און נישט תצוה, דאן איז פשוט אז מ'זאל ליינען פ' תשא די סדרה פון תצוה- און ווי אויך ביי סוף פון א ספר דאס הייסט למשל פ' ויחי, זאל מען נישט ליינען שבת שמות ביידע סדרות, מטעם, וויבאלד מ'דארף דאך ליינען פאר איין עולה, ביידע סדרות, און סיהאט נישט קיין פנים, צוזאמכאפן צוויי ספרים אויף איינמאל, די זעלבע האלטן די פוסקים ביי די אנדערע ספרים וז"פ.
אבער אנדערע פוסקים ווי דער א"ר און נאך, און אזוי פסק'עט דער כף החיים, לכאורה איז אזוי משמע פון דעם משנ"ב, און אזוי איז נלע"ד, אז סיי ווי אזוי, זאל מען אלעמאל משלים זיין, נישט קיין חילוק וויפיל סדרות, און אויך נישט קיין נפק"מ סוף פון א ספר.
אויב האט מען זיך טועה געווען ביי מחוברים, למשל חוקת און בלק, און מ'האט געמיינט אז ס'איז מחוברים, און למעשה האט מען נאר געדארפט ליינען חוקת, קומט דאך אויס אז מ'האט נישט געליינט ז' קרואים כהלכה, ווייל דאס איז דאך געווארן צוטיילט אין צוויי סדרות, און מ'כאפט זיך לאמיר זאגן שבת ביי מנחה, אז מ'האט נישט גוט געליינט, איז די הלכה אז אעפי"כ דארף מען נישט איבערליינען פ' מטות.
סעיף ג, זאגט דער הייליגער מחבר, כהן קורא בתורה ראשון, דעם ערשטען רופט מען אויס צו די תורה א כהן, ווי ס'שטייט אין פסוק, וקדשתו, וואס הגם ביי אנדערע זאכן קען דער כהן מוחל זיין, אבער ביי קריאת התורה העלפט דאס נישט, כדי סיזאל נישט ווערן קיין רייבעריי אין שוהל וועמען מ'זאל ערשט אויסרופן, ווייל אויב סיז נישט דא א כהן דארף מען אויסרופן א גדול בחכמה, און דאן וועט דאך ווערן גאנצע קריגערייען, ווער דאס איז, ממילא קען א כהן נישט מוחל זיין, אן איטערסאנטע זאך זאגט ר' שלמה קלוגער, אז במקום וואס זענען דא אורחים, און ס'איז נישט דא גענוג עליות, דאן קען מען זיך יא פארלאזן אויף דעם אז די כהנים זענען מוחל, במקום כבוד אורחים.
זאגט דער מחבר ווייטער ואחריו לוי, נאך דעם כהן רופט מען אויס דעם לוי, און די טעם שטייט אין די גמרא, א סמך פון פסוק ס'שטייט ויתנה אל הכהנים בני לוי, ביי די מתנת כהונה דאכצאך, און דאס איז דאך איבריג אז די כהנים שטאמען פון לוי, אלא מאי קומט דאס אונז צו לאזן הערן, אז ערשט דארף מען מכבד זיין די כהנים, און נאך זיי די לוויים.
האלטן מיר סימן קלה סעיף ד זאגט דער מחבר, המנהג הפשוט, דער פראסטער מנהג איז שאפילו כהן עם הארץ, אז אפילו א כהן וואס קען נישט לערנען, קודם לקרות, קומט פריער צו ליינען אין די תורה, לפני חכם גדול ישראל, בעפאר א ישראל וואס קען יא לערנען, דער מחבר וויל דא ארויסברענגן אז הגם סיז דא ראשונים וואס האלטן אז א תלמיד חכם א ישראל קומט פאר א כהן עם הארץ, אבער לגבי קריאת התורה, מפני דרכי שלום, פסק'עט מען אז א כהן איז ערשט, רעדן שוין אויס די אחרונים אז קיין בזיון ת"ח איז דא נישט שייך, וויבאלד דער מנהג איז אזוי, (קען זיין דאס איז די סברא פון מהר"ש קלוגער וואס מיהאמיר געלערנט נעכטן), לייגט צו דער מחבר א תנאי, והוא שהכהן יודע לקרות, דאס איז נאר אויב דער כהן דער עם הארץ קען ליינען, לייגט צו דער רמא, ומיהו אם יוכל לקרות עם הש"ץ מלה במלה, אויב אבער דער עם הארץ קען טאקע נישט אליין ליינען אין די תורה, אבער מיטזאגן מיט דעם בעל קורא קען ער יא, סגי בכך, איז גענוג אזוי, דאס הייסט אז ער קומט פאר א ישראל א ת"ח, כדלקמן סי' קלט, אזוי ווי ס'ווערט געפסק'עט אין סימן קלט סעיף ב, דער מחבר פסק'עט דארט אז אויב קען מען זאגן מיט דעם בעל קורא איז דאס גענוג.
במאמר המסוגר אז דער עולם זאל פארשטיין, אמאל איז געווען דע מנהג אז דער עולה איז אליין דער בעל קורא, שפעטער האט מען מתקן געווען א שליח ציבור, זאל פארליינען.
ענדיגט דער מחבר צו זיין הלכה, שאם אינו יודע לקרות האיך יברך על התורה, ווייל אויב וועט דער כהן נישט קענען ליינען ווי אזוי זאל ער דען קענען מאכן א ברכה, אבער די אחרונים רעדן שוין אויס אז היינט איז מען נישט מקפיד אפילו אז דער עולה זאל קענען מיטזאגן מיט דעם בעל קורא, מער איבער דעם וועט מען לערנען אין סי' קלט.
סעיף ה זאגט דער מחבר, אם הספר תורה פתוח, אויב איז שוין די ספר תורה אפן, והכהן קורא את שמע, און דער כהן האלט ביי קריאת שמע, אינו רשאים להפסיק, טאר דער כהן נישט מפסיק זיין, אין סי' סו איז דא דעות אז ער מעג יא מפסיק זיין, אבער דאס איז נאר אויב האט מען איהם שוין אויסגערופן, אבער דא רעדט מען אז מ'זאל איהם בכלל נישט אויסרופן, וקוראים ישראל במקומו, און מ'רופט אויס א ישראל אנשטאט, הגה זאגט דער רמא, וכן בתענית שאחר פסח וסכות, די זעלבע הלכה איז ביי תענית בה"ב וואס מ'פאסט נאך די ימים טובים פסח און סוכות, שקורין ויחל, וואס דאן ליינט מען ויחל, אם אין הכהן מתענה, אויב דער כהן פאסט נישט, - די הלכה ביי ויחל מעג מען נאר אויסרופן די וואס פאסטן- קורין לישראל, זאל מען אויסרופן א ישראל אנשטאט, וטוב שילך הכהן מבית הכנסת, און ס'איז גוט אז דער כהן זאל אבער ארויסגיין פון בית המדרש, און דאס איז אנדערש ווי ווען דער כהן האלט אינמיטן קריאת שמע, ווייל יעמאלט זעהט דאך יעדערער אז ער איז עסוק בתפלה, האט מען נישט מורא משום פגמא, אז מענטשן זאלן מיינען אז דער כהן איז א כהן פגום, אבער ביי א תענית ווייסט מען דאך נישט אז דער כהן פאסט נישט, ממילא זאל ער ארויסגיין פון שוהל.
סעיף ד:
ס'איז דא א מחלוקה אויב דער עולה קען בכלל נישט, אפילו מיטזאגן מיט דעם בעל קורא, דאן איז דא וואס האלטן אז ער איז נישט עולה למנין ז' קרואים, אפילו בדיעבד, אבער מיר פסק'ענען בדיעבד אז מ'האט יא יוצא געווען, אבער לכתחילה זאל מען נישט אויסרופן, נאר און אויסנאם איז א בעל ברית אדער א חתן.
בכלל אויסרופן עמי הארצים וואס קענען לפחות מיטזאגן מיט דעם בעל קורא, פסק'עט מען נהרא נהרא ופשטיה, ביין אונז אין שוהל איז דאך נישט דא קיין מנין תלמידי חכמים, האב איך געפסק'עט אז מ'זאל אויסרופן אפילו אנדערע, ובפרט אויב דאס איז אין א פאל וואס הציבור צריכים לו, וואס דאן איז לויט די פוסקים אביסל גרינגער, סאו יאנאש און די אלע אנדערע קען מען רואיג אויסרופן.
דעס וואס דער מחבר אין סעי' ה זאגט אויב די ספר תורה איז שוין אפן, רעדן די אחרונים אויס אז דאס איז נישט דוקא אויב די ספר תורה איז אפן, די זעלבע זאך אויב מ'האט נאך נישט ארויסגענומען דעם ספר, דארף מען נישט ווארטן אז דער כהן זאל ענדיגן זיין דאווענען, נאר מ'קען רואיג אויסרופן א ישראל.
תוקן על ידי - סאכדעס - 17/02/2006 20:37:37
עש"ק פ' יתרו ס"ו
האלטן מיר סי' קלה סעיף ו, זאגט דער מחבר, אם נכנס הכהן לבית הכנסת, אויב דער כהן קומט אהן אין בית המדרש, אחר שהתחיל הישראל לברך, פונקט נאך וואס מ'האט אויסגערופן א ישראל אנשטאט איהם, און דער ישראל האט שוין אנגעהויבן צו זאגן די ברכה פון אשר בחר בנו, אינו פוסק, קען דער כהן מיט זיין וועזנהייט דאס נישט אפשטעלן, און ער זאל עולה זיין, אבל ברכו לא הוי התחלת, אויב האט דער ישראל נאר געזאגט ברכו, קען ער איהם יא אפשטעלן, און דאס איז נישט לבטלה, וויבאלד דער עולם האט גענפערט ברוך ה' המבורך לעולם ועד, ועומד הישראל בתבה, אבער דער ישראל בלייבט שטיין ביי דעם באלעמער, עד שישלימו כהן ולוי, ביז ווילאנג דער כהן און לוי ענדיגן זייערע עליות, ואז יקרא, און דאן זאגט ער ברכו, און מ'רופט איהם נישט נאכאמאל אויס, און דאס איז כדי שלא יתבייש, אז דער ישראל זאל נישט פארשעמט ווערן.
אם אין כהן בבית הכנסת, אויב איז נישט דא קיין כהן אין בית המדרש, קורא ישראל במקום כהן, קען רופט מען אויס א ישראל אנשטאט דעם כהן, ולא יעלה אחריו לוי, אבער צו שני זאל מען נישט אויסרופן קיין לוי, כדי דער ציבור וואס ווייסט נאר אז דער צווייטער איז א לוי, וועלן מיינען אז דער ערשטער איז א כהן, הגה זאגט דער רמא אבל ראשון יוכל לעלות, אבער צו ראשון קען דער לוי עולה זיין, רעדן די אחרונים אויס אז דאס איז נאר ווען דער לוי איז גלייך צו דעם ישראל בחכמה, אויבאיז דער ישראל גדול בחכמה, דאן דארף מען מכבד זיין ערשט א תלמיד חכם א ישראל ווי איידער א לוי, (איך מיין אז דא זעהט מען אז ס'איז נישט דא קיין שום מקור צו די וואס מאכן א עסק מיט דעם לוי, אבער דאך איז דא סמך אויף דעם מנהג, עיין במט"מ, ער זאגט אז דאס איז א מנהג פראנקפורט, אויב איז נישט דא א כהן דאן רופט מען אויס א לוי ווי איידער א ישראל) וכשקורין אותו און מ'ווען מ'רופט איהם אויס, דאס הייסט סיי א ישראל אדער א לוי אנשטאט א כהן, אומרים במקום כהן, זאגט דער אויסרופער במקום כהן, שלא יטעו לומר שזהו כהן, כדי דער ציבור זאל זיך נישט טועה זיין און זאגן אז דעם וועמען מ'האט אויסגערופן איז א כהן.
סעיף זיין זאגט דער מחבר אם היו כהן ולוי בבית הכנסת, אויב ס'איז געווען א כהן און א לוי אין בית המדרש, וקרא הכהן, און מ'האט אויסגערופן דעם כהן פאר ראשון, וקרא הכהן, און נאך וואס דער כהן האט גענדיגט זיין עלי', וסבור שאין שם לוי, האט מען געמיינט אז ס'איז נישט דא קיין לוי, והתחיל לברך ברכת התורה שנית, און דער כהן האט שוין אנגעהויבן צו מאכן נאכאמאל די ברכה, אנשטאט דעם לוי, אין מפסיקין אותו, דאן שטעלט מען נישט אפ דעם כהן, פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב האט ער שוין אנגעהויבן מאכן די ברכה פון אשר בחר בנו, און נישט נאר ברכו, וואס דאן דארף מען יא אויסרופן דעם לוי.
היות שב"ק לערן איך נישט פאר אין קרעטשמע, מיר האבן אין שוהל א שיעור אין הלכות שבת, סאו ווער עס פילט פאר וויכטיג זאל מוצש"ק ארויפלייגן די צוויי סעיפים פון שב"ק
האלטן מיר סימן קלה סעיף ח
זאגט דער מחבר אם אין לוי בבית הכנסת, אויב ס'איז נישט פארהאנען א לוי אין בית המדרש, כהן שקרא ראשון מברך שנית, דאן דארף דער כהן וואס האט עולה געווען די ערשטע זאגן נאכאמאל די ברכות, וקורא במקום לוי, און מ'ליינט פאר איהם אנשטאט פאר דעם לוי, אבל לא כהן אחר, אבער א צווייטען כהן אנשטאט דעם לוי רופט מען נישט אויס, כדי שלא יאמרו שהראשון פגום, כדי מ'זאל נישט מיינען אז דער כהן וואס האט ערשט עולה געווען איז א כהן פגום.
ווי אויך רופט מען נישט אויס קיין ישראל אנשטאט לוי, וועגן צוויי טעמים, ערשטענס מ'זאל נישט זאגן אז דער כהן איז א פגום, צווייטענס אז מ'זאל נישט מיינען אז דער איז אן לוי.
די פוסקים אחרונים האלטן אויב ס'איז קיינמאל נישט דא קיין לוי אין דעם בית המדרש, דאן זאל מען נישט אלע מאל וואס מ'ליינט אזוי טוהן, נאר מ'זאל הייסן דעם כהן ארויסגיין, און איהם געבן אן עלי' נאר פון צייט צו צייט.
סעיף ט זאגט דער מחבר, וכן לא יעלו שני לויים זה אחר זה, און די זעלבע זאך זאלען נישט עולה זיין צוויי לוים איינער נאך דעם אנדערן, כדי שלא יאמרו שאחד מהם פגום, כדי מענטשן זאלן נישט קלערן אז איינער פון זיי זענען נישט קיין ריכטיגע לוויים.
איבער א עיר שכולה לויים על מיר שוין לערנען א צווייט מאל.
האלטן מיר סעיף יוד, דאס איז א לאנגער סעיף, מחמת קוצר הפנאי על איך פארלערנען בקיצור מחבר און רמא, ממש גארנישט אויסרעדן, אי"ה מארגן על מיר רעדן איבער די אלע הלכות, מער באריכות, און וואס ס'איז נוגע פאר אונז למשל שמח"ת.
זאגט דער מחבר, נהגו לקרות כהן אחר כהן בהפסק ישראל ביניהם, דער מחבר פסקעט אז מ'פירט זיך אויסצורופן א כהן, אפילו אויב מ'האט שוין אויסגערופן א כהן פריערט, אויב איז אינצווישן געווען א ישראל, ואומר החזן כשקורא להשני, און דער וואס רופט אויס דעם צווייטן כהן, זאל זאגן, אף על פי שהוא כהן, וואס דאס מיינט אז כאטשיג ער איז א כהן רופט ער איהם אויס, וכיוצא בזה נוהגין בלוי אחר לוי, און די זעלבע זאך זאל ער זאגן ווען ער רופט אויס א צוייטען לוי, זאל ער צולייגן אף על פי שהוא לוי, הגה זאגט דער רמא, ולכן מתר לעלות גם כן למפטיר בכי האי גוונא, פאר די זעלבע סיבה קען מען אויסרופן א כהן אדער א לוי צו מפטיר, און מ'זאל זאגן אף על פי שהוא כהן אדער לוי, ואם קורא מפטיר סתם, אויב דער כהן אדער לוי קומט ארויף צו מפטיר אהן דעם וואס ער זאל עולה זיין, אין לחש לפגמו, דארף מען נישט מורא האבן אז מ'וועט מיינען אז ער איז א כהן אדער א לוי פגום, דהרי לא מזכיר שמו, אמער ער רופט איהם דאך נישט אויס, ויש אומרים דאין לקרות כהן או לוי למנין שבעה, און ס'איז די א שיטה וואס האלט אז מ'זאל נישט אויסרופן א כהן אדער א לוי צו די שבעה קרואים, אבל לאחר שנשלם המנין, אבער צו הוספות, יכולים לקרות כהן או לוי, קען מען יא אויסרופן א כהן אדער א לוי, וכן נוהגין במדינות אלו, און אזוי פירט מען זיך, ומיהו במקום צורך ודחק, אויב פעלט זיך אויס צו די שבעה קרואים, בשעת הדחק, יש לסמוך אסברא ראשונה, קען מען זיך פארלאזן אויף די ערשטע דיעה, וואס האלט אז מ'מעג יא אויסרופן א כהן אדער לוי למנין השבעה קרואים.
סעיף יא זאגט דער מחבר, יש מי שאומר, ס'איז דא א דיעה, שאם קרא החזן כהן או לוי, אויב האט מען אויסגערופן א כהן אדער א לוי, ואינו שם, און ער איז נישט אין בית המדרש, לא יקרא לאחר בשם, זאל מען נישט אויסרופן א צווייטען כהן אדער לוי, ביי זיין נאמען, משום פגמו של ראשון, מ'זאל נישט מיינען אז דעם ערשטען וואס מ'האט אויסגערופן איז א כהן אדער לוי פגום, אלא אחר יעלה מעצמו, נאר א צווייטער זאל עולה זיין אהן אויסרופן, זאגט דער רמא, וכן נהגו, און אזוי פירט מען זיך, שליח צבור שהוא כהן, אויב דער וואס רופט אויס איז א כהן, יכול לקרוא כהן אחר לתורה, מעג ער אויסרופן א צווייטען כהן זאל עולה זיין, און מ'האט נישט מורא משום פגמו של עצמו.
רבותי איך ווייס אז ס'איז געווען זייער אין קורצן, זייט מיר מוחל, יאך דארף פירן א דין תורה, אי"ה מארגן וועט קומען ביאורים באריכות.
סארי פאר אלל טע פיפל, איי עם סטיל ווערי ביזי, ענד דע ביאורים באריכות, וועט אי"ה זיין אין א קומענדיגע געלעגנהייט.
יום ג' פ' משפטים ס"ו
האלטן מיר סי' קלה סעיף יב, זאגט דער מחבר, עיר שכולה כהנים, א שטאט וואס איז פול מיט כהנים, און קיין לוי איז נישט פארהאנדין דארט, אם יש ישראל אחד ביניהם, אויב איז דא איין ישראל צווישן זיי, אותו ישראל קורא ראשון מפני דרכי שלום, זאל מען אויסרופן דעם ישראל ראשון מפני דרכי שלום, כדי די כהנים זאלן זיך נישט הרגענען צווישן זיך ווער ס'זאל עולה זיין דער ערשטער, וכל שאין בהם ישראל כדי סיפוקם, אויב ס'איז נישט דא גענוג ישראלים, או שאין שם ישראל כלל, אדער ס'איז נישט דא דארט קיין שום ישראל, קורא כהן אחר כהן, דאן רופט מען אויס איין כהן נאך דעם אנדערן, שאין שם משום פגם, ס'איז דאך נישט דא די חשש אז מ'זאל מיינען אז איינער פון די כהנים איז א כהן פגום, שהכל יודעים שאין שם אלא כהנים, ווייל אלע ווייסן אז ס'איז דא אין שטאט נאר כהנים, והוא הדין לעיר שכולה לווים, און די זעלביגע הלכה איז ביי א שטאט וואס איז נאר פארהאנען לוויים.
סעיף יג א פשוטע הלכה, אם קטן קורא בתורה בצבור, אויב זאל א קטן מעגן ליינען אין די תורה, בסימן רפב, די הלכה על מיר לערנען ווען מ'עט האלטן סימן רפב, אם אין כהן אלא סומא או שאינו בקי, אויב איז נאר דא א כהן א בלינדער ל"ע, אדער אויב איז ער אן אינו בקי, ער ווייסט נישט וואו צו ליינען אין די ספר תורה, בסימן קלט, על מיר אי"ה לערנען אין אפאר סימנים ארום אין סימן קלט.
יום ד' פ' משפטים ס"ו
זאגט דער מחבר סעיף יד, בני אדם החבושין בבית האסורין, מענטשן וואס זיצן אין תפיסה ל"ע, אין מביאין אצלם ספר תורה, ברענגט מען נישט פאר זיין קיין ספר תורה, אפילו בראש השנה ויום הכיפורים, אפילו אום ראש השנה און יום כיפור, דער טעם פון דעם ווערט געברענגט אין די אחרונים, וויבאלד דאס א זילזול פאר דעם ספר תורה, אז מ'זאל דאס שלעפן צו יחידים, איבער דעם טאקע אויב זיצן א מנין אידן אין תפיסה ל"ע, דאן מעג מען יא דאס שלעפן אהין.
הגה זאגט דער רמא, והיינו דוקא בשעת הקריאה לבד, נאר בשעת'ן ליינען טאר מען נישט שלעפן אהין קיין ספר תורה, אבל אם מכינים לו יום או יומים קודם, מותר, אויב אבער ברענגט מען שוין די ספר תורה פון א טאג צוויי פריער, מעג מען דאס טוהן, מערקט שוין דער משנה ברורה בשם די אחרונים, אז הוא הדין אויב ברענגט מען דאס צו ליינען און מ'איז פארדעם קובע א פלאץ וואו דאס צו האלטן, אויף נאך א צוויי טאג, איז אויך נישט קיין שאלה.
ואם הוא אדם חשוב, אויב איז דער באטרעפענדער וואס דארף אנקומען צו די ספר תורה, אן אדם חשוב, בכל ענין שרי, מעג מען דאס ברענגן אויף יענדספאל, דער משנה ברורה שמועסט אויס אז לכתחילה זאל ער זיין א גדול בתורה אויך, אויב איז דאס נאר א אדם חשוב, וואס איז נישט א גדול בתורה, דאן זאל מען מכין זיין א פלאץ פאר די ספר תורה.
סימן קלו מי הם הנקראים לספר תורה בשבת ובו סעיף אחד, אין דעם סימן וועט מען לערנען וועמען מ'רופט אויס צו די ספר תורה אום שבת און יום טוב.
זאגט דער מחבר סעיף א, בשבת ויום טוב ויום הכיפורים, קורים אחר הלוי תלמידי חכמים הממונים על הציבור, אום שבת און די זעלבע זאך יום טוב, און ווי אויך אום יום כיפור, רופט מען אויס צו שלישי תלמידי חכמים וואס ארבעטן פאר דעם ציבור, ווי למשל ביין אונז אין דארף רופט מען אויס צו שלישי, דעם דאיען ערעב סאכדעס, ואחריהם תלמידי חכמים הראויים למנותם פרנסים על הצבור, צו רביעי רופט מען אויס אזעלכע וואס העטן ווען געקענט זיין ראוי אז זיי זאלן פארטרעטן א שטעלע, ווי למשל ביין אונז ערעב קרעמער, און ווי דער רמא צייכנט טאקע צו במאמר המוסגר, (ששואלים אותו דבר הלכה בכל מקום ואומר, אז צו רביעי רופט מען אויס אידן וואס וואו מ'פרעגט זיי א שאלה ווייסן זיי צו ענפערן), זאגט דער מחבר ווייטער, ואחר כך בני תלמיד חכמים, שאבותיהם ממנים על הצבור, און דערנאך רופט מען אויס, בנש"ק'לעך וואס זייערע טאטעס, האבן שטעלעס אין די קהלה, ביין אונז איז דאך בן הרחמן, ואחר כך ראשי כנסיות וכל העם, און דערויף רופט מען אויס דעם שמש, {יאנאש} און דערויף ווער ס'קומט אונטער.
יום ה' פ' משפטים ס"ו
סימן קלז כמה פסוקים צריכים לקרוא לכל אחד, ובו ואו סעיפים, האלטן מיר סימן קלז, אין דעם סימן על מיר לערנען וויפיל פסוקים מ'דארף צו ליינען פאר א מענטש וואס איז עולה לתורה.
סעיף א זאגט דער מחבר, ביום שקורין שלשה, אין א צייט וואס מ'רופט אויס דריי מענטשן צו די תורה, למשל מאנטאג און דאנערשטאג, אדער שבת ביי מנחה, אין קורין פחות מעשרה פסוקים, זאל מען נישט ליינען ווייניגער ווי צען פסוקים, צוויי טעמים ברענגט דער משנה ברורה פון די גמרא, איינע קעגן די עשרת הדברות, און די צווייטע קעגן די עשרה מאמרות מיט וואס די וועלט איז באשאפן געווארן, וידבר עולה מן המנין, דער פסוק וידבר ה' אל משה לאמר, וואס כאטש ס'איז נישט קיין שום חידוש, קען מען דאס אויך רעכענען צו די צען פסוקים, ואי סליק עניינא בבציר מעשרה פסוקים, און אויב ענדיגט זיך א גאנצער ענין ווייניגער ווי צען פסוקים, כגון פרשת עמלק, לדוגמא די פרשה פון ויבא עמלק וואס מ'ליינט אום פורים, שאין בה אלא תשעה פסוקים, וואס דאס האט נישט מער ווי ניין פסוקים, איז דאך דא דריי פסוקים פאר יעדן אינדעוידיאלען מענטש, שפיר דמי, איז דאס גענוג און מ'דארף נישט צולייגן קיין פסוקים.
סעיף ב זאגט דער מחבר, אין קורין עם כל אחד פחות משלשה פסוקים, מ'טאר נישט ליינען מיט איינעם ווייניגער ווי דריי פסוקים, איצט זאגט דער מחבר ווי אזוי מ'טיילט איין די קריאה, שנים קורין שלשה שלשה, צוויי פון די קרואים ליינען דריי פסוקים יעדער עולה, ואחד קורא ארבעה, און איינער ליינט פיר פסוקים, ואיזה מהם שקורא ארבעה הרי זה משובח, און דער וואס ליינט פיר פסוקים איז משובח.
דאס איז אלעס ווען דער עולה פלעגט ליינען, היינטיגע צייטן, על מיר שוין רעדן ווען מ'עט שרייבן באריכות, עוד יבוא יומו.
עש"ק פ' משפטים ס"ו
האלטן מיר סימן קלז סעיף ג, זאגט דער מחבר, אם דלג פסוק אחד ולא קראו, אויב האט מען אויסגעלאזט איין פסוק, און מ'האט דאס נישט געליינט, אם הוא במנחה בשבת או בב' וה', אויב איז דאס שבת ביי מנחה אדער מאנטאג און דאנערשטאג, וקרא י' פסוקים בלא פסוק המדולג, און מ'האט געליינט אין די גאנצע קריאה 10 פסוקים, רעדן שוין אויס די אחרונים, אז די זעלביגע הלכה אויב האט מען נאר געליינט ניין פסוקים, וואו מ'על מיר באלד זעהן אין סעיף ד, און דאס איז נוגע למעשה, הגם ס'איז דא א מחלוקה, ווייל לויט דעם מג"א אין די מסקנא האלט ער נישט אזוי, אבער מיר פסק'ענען ספק ברכות להקל, און אויב האט מען אויסגעלאזט איין פסוק, און מ'האט געליינט פאר איטליכן דריי פסוקים, זאל מען נישט איבערליינען, (לויט די פוסקים אז דאס איז לאו דוקא, איז די סיבה פארוואס דער מחבר זאגט דא עשרה פסוקים, אגב דסיפא, וואס דארט אפילו מ'האט געליינט כ"א פסוקים, דארף מען איבערליינען), אינו חוזר, דארף מען נישט איבערליינען, ואם לאו, אויב איז נישט געווען קיין צען פסוקים, אין די גאנצע קריאה, חוזר, דארף מען איבער צוליינען.
ס'איז דא א מחלוקה אויב מ'דארף איבעליינען די גאנצע קריאה פאר דריי עולים, אדער נאר דעם ספעציפישן פסוק מיט נאך צוויי פסוקים דערנעבן, און ווי אויבנדערמאנט, פסק'ענען מיר אז מ'דארף נאר איבערליינען פאר איינעם, מחמת ספק ברכות להקל.
אבל בשבת, אויב פאסירט אזא מעשה אום שבת קודש, אפילו דילג פסוק אחד חוזר וקורא, דאן אפילו אויב לאזט ער אויס אפילו נאר איין פסוק, און די אחרונים רעדן אויס, אז די זעלבע זאך איז אויב האט מען אויסגעלאזט אפילו נאר איין ווארט, ואפילו אחר שהחזיר את התורה ואמר קדיש, און אפילו אויב כאפט מען זיך נאך וואס מ'האט שוין צוריק געלייגט די ספר תורה, חוזר וקורא הוא ושנים עמו, דארף מען איבערליינען דעם פסוק וואס מ'האט אויסגעלאזט, און צו דעם נאך צוויי פסוקים, אויב דערמאנט מען זיך אינמיטן די קריאה אז מ'האט אויסגעלאזט איין ווארט, דאן זאל מען אנהויבן פון אנפאנג פסוק, און מ'ליינט פון דארט און ווייטער, על הסדר, פארשטייט זיך אויב האט מען שוין צוריק געלייגט דעם ספר תורה, דאן ליינט מען נאר דריי פסוקים, דאס הייסט די פסוק וואס מ'האט אויסגעלאזט און נאך צוויי פסוקים, ואפילו הפטיר והתפלל מוסף, און אפילו אויב האט מען שוין געזאגט מפטיר און געדאווענט מוסף, חוזר וקורא, דארף מען איבער צוליינען.
אויב האט מען שוין גענדיגט ליינען די גאנצע פרשה, איז דא א מחלוקה צו מ'זאל איבערמאכן די ברכות, מיר פסק'ענען אז מ'זאל יא איבער מאכן די ברכות און ליינען דריי פסוקים.
ווי אויבנדערמאנט איז די הלכה אפילו אויב האט מען געליינט כ"א פסוקים אין די קריאה, פאר זיבן פערזאנען, און אפילו אויב האט מען דאס געליינט אין סדר, דאס הייסט אויב האט מען געליינט מער ווי זיבן קרואים, און דעם ערשטן האט מען אויסגעלאזט א ווארט אדער א פסוק, און די אנדערע זיבן האבן געליינט כהלכה, איז די זעלביגע הלכה.
אויב האט מען זיך דערמאנט אינמיטן ליינען די הפטרה, דאן זאל מען ווארטן ביז מ'ענדיגט די הפטרה מיט די ברכות, און מ'זאל נישט אריינהאקן אינדערמיט.
סיז דא איין חילוק צווישן שבת, און אנדערע צייטן, שבת וואס מ'מעג מוסיף זיין על מנין הקרואים, דארף נישט דער זעלביגער ביי וועמען מ'האט אויסגעלאזט, איבער ליינען, משא"כ בחול, און אנדערע צייטן, דארף דאס יא זיין דער זעלביגער.
נאך א וויכטיגע הלכה, אויב איז דער דילוג געווען, ביי פסוקים וואס מ'האט שוין געליינט אום שבת ביי מנחה, און מאנטאג און דאנערשטאג, דאן דארף מען נישט איבערליינען.
פרשת המועדים, די פרשה וואס מ'ליינט אום יום טוב, כמו מנחה בשבת ושני וחמישי, איז די הלכה פונקט ווי שבת ביי מנחה און מאנטאג און דאנערשטאג, וואס דאן אויב האט מען געליינט פאר יעדע קריאה דריי פסוקים, דארף מען נישט איבערליינען, לפי שכבר קראו הפרשיות בשבתות שלהן, וויבאלד מ'האט דאך שוין די פרשיות געליינט אין דעם שבת פון די סדרה וואס ס'שטייט די פרשה וואס מ'ליינט אום יום טוב, כמובן דאס איז דער טעם פארוואס אויב מאנטאג און דאנערשטאג, דארף מען נישט איבערליינען.
חוהמ"ס וואס מ'ליינט אין חו"ל פאר דעם מפטיר, צוויי טעג, דאן אויב האט מען בטעות נאר געליינט דעם ערשטן טאג, דארף מען נישט איבעליינען.
סיז דא מחלוקה אויב האט מען מדלג געווען א פסוק אדער א ווארט, ביים ליינען מוספים, און מ'האט שוין גמאכט די נאך ברכה, און מ'האט געליינט פאר אלעמען דריי פסוקים, איז דא וואס האלטן אז מ'זאל יא דארפן איבעליינען, אבער מיר פסק'ענען נישט אזוי.
אויב האט מען מדלג געווען שבת, אין א פרשה וואס מ'ליינט דאס אין א יום טוב, איז דער פרמ"ג מסופק, אויב מ'דארף איבערליינען, אין תשו' יוסף אומץ, איז מפשט דעם ספק, און ער פסק'עט אז מ'זאל יא איבעליינען, דחיישינן לתרי דלוגי, ווייל מ'האט מורא, אויב וועט מען צוויי מאל אויסלאזן, און די זעלבע הלכה וויל ער זאגן, אויף דעם וואס מיר האבן פריער געפסק'עט אויב האט מען אויסגעלאזט, ביי די פסוקים, וואס מ'האט שוין געליינט, אום שבת ביי מנחה, און מאנטאג און דאנערשטאג, הגם פאר דעם דאיען איז נראה לחלק, אלזא אויב מאכט זיך אזא שאלע, ויסכימו איתי גדולי ההוראה, דאן האלט איך אז מזאל נישט איבעליינען אויף אזא פאל.
סעיף ד זאגט דער מחבר, אם קרא אחד ב' פסוקים, אויב האט איינער פון די קרואים געליינט נאר צוויי פסוקים, צריך לחזור ולקרות, דארף ער איבערליינען, און ליינען דריי פסוקים, און די הלכה בלייבט, אויב האט שוין דער שמש אויסגערופן א צווייטן דאן קען ער שוין נישט איבערליינען, ואם לא קראו בין שלשתן אלא ט' פסוקים, אויב האט מען נישט געליינט אין די גאנצע קריאה, נאר ניין פסוקים, ג' לכל אחד, דריי פסוקים פאר יעדן עקסטער, אינם צריכים לחזור ולקרות, דאן דארף מען נישט איבער צוליינען, (דאס איז דער מחבר מעיר, אויף וואס ער האט געשריבן אויבן אז מ'דארף האבן געליינט 10 פסוקים), וראייה לדבר, פ' עמלק, און א ראי' צו דעם איז די פרשה פון ויבוא עמלק וואס מ'ליינט נאר 9 פסוקים, 3 פאר איטליכן, אבל אם קראו פחות מט', אויב אבער האט מען נישט געליינט קיין ניין פסוקים אויך נישט, צריכים לחזור ולקרות, דארף מען איבער ליינען די גאנצע קריאה.
אויף דעם סעיף איז דא פיל מאריך צו זיין, און דאס וועט נאר זיין אויב עט זיין שאלעס בנידון, וויבאלד להלכה, איז אלעס פארשריבן געווארן.
האלטן מיר סימן קלז זאגט דער מחבר סעיף ה, אם קרא פרשת פרה, אויב האט מען געליינט פרשת פרה, דאס קומט אויס דאס יאר פון דעם שבת צוויי וואכן, (במאמר המסוגר טוה איך אויסשרייען מיין וויי געשריי, אויף דעם וואס קיינער האט זיך נישט גענומען די מיה און פארגעלערנט הלכות מגילה, סיז דא אזויפיל צו לערנען, נו וואס קען איך טוהן), ופסק בהגר הגר בתוכם, און ער האט זיך אפגעשטעלט נאך פסוק יוד, וואס ענדיגט זיך מיט די ווערטער וְלַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם--לְחֻקַּת עוֹלָם. און איז ניט געגאנגען ווייטער, וגלל ס"ת, און מ'האט שוין פארמאכט דעם ספר תורה, -אלע אחרונים שמועסן שוין אויס, אז דאס האט נישט מיט פארמאכן די ספר תורה, נאר דאס ווענד זיך, אין די ברכה אחרונה, וואס אויב האט ער נאכנישט געזאגט די ברכה אחרונה, דאן עפנט מען צוריק אויף און מ'ליינט ווייטער-, חוזר ופותח ומתחיל מראש הפרשה, דאן איז די הלכה אז מ'עפנט צוריק אויף די ספר תורה, און מ'הויבט אהן פון אנפאנג פרשה, סיז נישט גענוג פון פסוק יא און ווייטער, ווייל די קריאה איז בכלל נישט קיין קריאה, רעדן די אחרונים אויס להלכה, און אזוי פסק'ענען מיר, אז דאס איז אלעס אויב האט מען שוין געזאגט קדיש און מ'איז שוין געגאנגען הגבה און גלילה, אויב האט מען זיך פריערט דערמאנט, דאס הייסט באלד נאך דעם ליינען דאן זאל מען נאר אנהויבן פון וואו מ'האלט, און ווי מ'על מיר שוין באלד זעהן, מאכט מען נאר די נאך ברכה ביי אזא פאל, עד תטמא עד הערב, און ער ליינט ביז נאך פסוק כב וואס ענדיגט זיך וְהַנֶּפֶשׁ הַנֹּגַעַת, תִּטְמָא עַד-הָעָרֶב, ומברך לפניה ולאחריה, און מ'מאכט איבער פריש ביידע ברכות.
לויט געוויסע פוסקים דארף מען נאר איבערמאכן די לעצטע ברכה אויב איז נאך די ספר תורה געווען אויף די בימה, דהיינו אז מ'האט זיך דערמאנט באלד נאך די ברכה אחרונה, און היות ספק ברכות להקל, זאל מען זיך אזוי פירן.
אויב האט מען מדלג געוועזן, אויב איז דאס פון די פסוקים ביז פסוק יב, דאן דארף מען זיכער נישט איבערליינען, אויב אבער פון שפעטער, וואס דאס האט שוין א דין פון חובת היום, דאן זאל מען יא איבערליינען, אויב האט מען שוין געזאגט מפטיר דאן זאל מען עפענען און איבערליינען אהן א ברכה.
סעיף ו זאגט דער מחבר, הקורא בתורה ראשון, אויב האט מען געליינט פאר איינעם לאמיר זאגן פון פסוק א ביז פסוק ד וקרא השני מה שקרא הראשון, און פאר דעם צווייטן ליינט מען איבער פון פסוק א און ווייטער, אם הוסיף על מה שקרא הראשון ג' פסוקים, אויב ליינט מען פאר דעם צווייטן ביז פסוק ז, או אפי' שנים במקום דלא אפשר, אדער אפילו נאר ביז צוויי פסוקים, דארט ווי סיז נישט מעגליך אנדערש, למשל ראש חודש, וואס מ'ליינט איבער פאר דעם לוי איין פסוק פון דעם כהן, און מ'לייגט צו צוויי פסוקים, אותו שני עולה מן המנין, דאן קען דער צווייטער גערעכנט ווערן פאר איינע פון די קרואים, ואם לאו, אויב איז נישט געווען פאר דעם שני קיין עקסטערע צוויי אדער דריי פסוקים, אינו עולה מהמנין, קען ער נישט גערעכנט ווערן פון די קרואים, חוץ מפרי החג, אויסער סוכות, וואס מ'ליינט פאר מפטיר דאס וואס מ'האט געליינט פאר דעם ראשון און שני, משום דלא אפשר, ס'איז נישט מעגליך אויף אן אנדערן וועג.
אויב האט מען געליינט שבת פאר דעם שישי ביז דעם סוף פון די סדרה, דאן איז די הלכה אויב האט נאך מען נישט געזאגט קדיש, דאן איז זיכער אז מ'זאל איבערליינען פאר נאך איינעם, און דאן זאגט מען קדיש און מפטיר, אויב האט מען שוין געזאגט קדיש, איז די הלכה, אז מ'זאל נישט אויסרופן קיין שביעי נאר גלייך מפטיר, וויבאלד מפטיר איז מן הקרואים, על פי קבלה זאל מען יא אויסרופן פאר שביעי און דערנאך מאכן מפטיר, אויב איז דא א צווייטע ספר תורה, זאל מען זיך פירן לויט די מקובלים.
תוקן על ידי - סאכדעס - 28/02/2006 16:41:16
האלט מיר היינט סימן קלח, שלא לשייר בפרשה פחות מג' פסוקים ובו סעיף אחד, אין דעם סימן על מיר לערנען איבער די הלכה אז מ'טאר נישט איבערלאזן אין א פרשה ווייניגער ווי דריי פסוקים.
סעיף א זאגט דער מחבר הקורא בתורה לא ישייר בפרשה פחות מג' פסוקים, אויב ליינט מען אין די תורה, זאל מען נישט איבערלאזן אין א פרשה ווייניגער ווי דריי פסוקים, מפני היוצאים אז מבהכ"נ שיאמרו העולה אחריו לא יקרא אלא שני פסוקים הנשארים, די הלכה איז געמאכט איבער די מענטשן וואס וועלן ארויסגיין נאך די קריאה, וועלן מיינען אז מ'האט פאר דעם נעקסטן עולה נאר געליינט צוויי פסוקים, וכן לא יתחיל בה פחות מג' פסוקים, און ווי אויך זאל מען נישט אנהויבן א פרשה און זיך אפשטעלן, פאר מ'ליינט דריי פסוקים, מפני הנכנסים אז בבהכ"נ שיאמרו שלא קרא הראשון אלא ב' פסוקים, די הלכה איז פאר די מענטשן וואס קומען אריין יעמאלט אין שוהל זאלן נישט מיינען אז מ'האט פאר דעם פריערדיגן געליינט נאר צוויי פסוקים.
הגה, זאגט דער רמא, ואין חילוק בין פ' פתוחה לסתומה, און די הלכה כאפט נישט קיין נפקה מינה אויב די פרשה איז א פ אדער א ס, ופרשה שאינה רק ב' פסוקים, און אויב איז דא א פרשה וואס האט נאר צוויי פסוקים, מותר לשייר בתחלה ולהפסיק שם, מעג מען לכתחילה זיך אפשטעלן פאר דעם, (תרומת הדשן סימן נ"ד), ויכוין שיתחיל תמיד לקרוא בדבר טוב, ויסיים בדבר טוב, און דער רמא פסק'עט אז דער בעל קורא זאל אויסרעכענען אלעמאל אנצוהויבן א דבר טוב און ענדיגן ביי א דבר טוב, לייגן שוין צו די אחרונים אז דאס איז דוקא א דבר טוב של ישראל, און נישט א גוטע זאך פון די גוים, -און דאס איז נישט סתם א נערוו, נאר דאס איז אן הלכה- (א"ז ומיימוני פרק י"ג מה"ת) וע"ל סימן תכ"ח.
סימן קלט סדר קריאת התורה וברכותיה ובו יא סעיפים, אין דעם סימן על מיר לערנען די הלכות פון די ברכות.
סעיף א זאגט דער מחבר, במקום שנהגו שהעולה עצמו קורא בקול רם, דארט וואו מ'פירט זיך אז דער וואס איז עולה דער ליינט, אם לא סידר תחלה הפרשה פעמים שלש בינו לבין עצמו, אויב האט ער זיך נישט פארגעקוקט פאר זיך צוויי דריי מאל, לא יעלה, דאן זאל ער נישט עולה זיין, ובמקום שהחזן קורא, און אויף די מקומות וואס איז דא א בעל קורא, אזוי ווי ביין אונז טאקען, הוא צריך לסדר תחלה, דארף זיך דער בעל קורא זיך פארקוקען צוויי דריי מאל, ומכאן הקריאה יוצאות פאר די אלע זיבעלעך זאלן נישט צוגיין פאר זיי קענען גוט די קריאה,(ב"י).
צוגאב צום נעכטיגן שיעור,
אויף דעם ערשטן סעיף:
1) מאנטאג און דאנערשטאג, בדיעבד אז מ'האט איבערגעלאזט צוויי פסוקים פאר א ענד פון א פרשה, דארף מען דאס נישט פארענדיגן, שבת איז דא מחלוקה אויב פאר דעם נעקסטן זאל מען אנהויבן מיט א פסוק פריער, אדער נישט, איך קריך נישט ארויס מיט דעם פסק, אבער וויסן זאל מען אז סיז דא א מחלוקה, אויב איז געווען פארקערט די מעשה אז מ'האט זיך אפגעשטעלט נאך צוויי פסוקים פון אן אנפאנג פון א פרשה, איז זיכער אז מ'דארף דאס נישט איבערליינען.
2) די בעלי קוראים דארפן וויסן אויב טיילט מען אמאל א מפטיר אנדערש וואו סיז אנגעצייכענט, דארף מען וויסען אויב איז די לעצטע פרשה פינף פסוקים, דאן דארף מען ליינען אלע פינף און נישט נאר די לעצטע דריי, בדיעבד, אפילו מ'האט נאך נישט געמאכט די נאך ברכה, דארף מען נישט איבערליינען.
3) די הלכה פון לא יתחיל בה פחות מג' פסוקים, פסק'ענען די אחרונים אז פאר א ראשון מעג מען יא.
4) אין א פאל וואס מ'האט געדארפט ארויסנעמן א צווייטע ספר תורה, מוז מען נישט צולייגן פון וואו מ'האלט א פסוק אדער צוויי אויב האלט מען די לעצטע פסוק פון א פרשה.
צווייטער סעיף:
1) אויב האט זיך דער בעל קורא פארגעקוקט דריי מאל, און ער פאלט נאך אדורך איז נישט געפערליך, נאר סיז א מצוה מן המובחר אז סיזאל זיין קריאתו שגורה בפיו.
2) דע סיבה פון וואנעט מ'לערנט ארויס אז מ'זאל זיך פארקוקן צוויי דריי מאל איז א גמרא (כ'געדענק שוין נישט וואו) רבי עקיבא האט מען אויסגערופן און ער האט נישט עולה געווען ווייל ער איז נישט געווען פארגעקוקט, א ראי' פון פסוק, אז ראה, ויספרה, הכינה, וגם חקרה, איז דא פיר לשונות, און סישטייט אין מדרש די מהלך וויאזוי משרע"ה האט געלערנט מיט די אידן, אז ער האט דאס דריי מאל געחזר'ט קודם, שטעלן זיך די אחרונים, נו אם כן וואס איז דער צוויי דריי מאל, העט ווען געדארפט זיין פיר מאל, נאר זיי ברענגן א מדרש וואס דארט שטייט אז כביכול קוב"ה האט פאר ער האט דאס געלערנט מיט משה רבינו, געחזר'ט צוויי מאל. כ'האף מארגן צו ברענגן די לשונות און די מקורות - סליחה.
3) סיז דא א שיטה פון ב"ח אז אפילו היינטיגע צייטן זאל זיך יעדער עולה זיין פארגעקוקט, מיר פארלאזן זיך אויף די העברת הסדרה.
און איצט צום היינטיגן שיעור.
סעיף ב זאגט דער מחבר, מי שאינו יודע לקרות, עמיציר וואס קען נישט ליינען, צריך למחות בידו שלא יעלה לספר תורה, באדארף מען איהם שטערן אז ער זאל נישט עולה זיין, ואם צריכים לזה שאינו יודע לקרות, אויב איז דער פערזאן א וויכטיגער מענטש, לפי שהוא כהן או לוי ואין שם אחר זולתו, וויבאלד ער איז א כהן אדער א לוי, און סיז נישט דא קיין אנדערע, אם כשיקרא לו ש"צ מלה במלה יודע לאומרה ולקרותה מן הכתב, אויב ווען דער בעל קורא ליינט קען ער מיט ליינען, יכול לעלות, מעג ער עולה זיין, ואם לאו, אויב אפילו דאס קען ער נישט, לא יעלה, זאל מען איהם בכלל נישט אויסרופן.
קוקט דאך אויס מדברי המחבר אז מ'טאר נישט לכתחילה אויסרופן איינעם וואס קען אפילו מיטזאגן מיט דעם בעל קורא, מיר האבן שוין אויבן אין סימן קלה געלערנט און געפסק'עט להלכה, אז מיר זענען זיך נוהג מקיל צו זיין אין דעם.
סעיף ג זאגט דער מחבר, אפי' ראש הכנסת או חזן, לא יקרא עד שיאמרו לו קרא, דער מחבר פסק'עט אז קיינער אין שוהל זאל נישט עולה זיין צו די תורה, אויב רופט מען איהם נישט אויס, -די טעם איז מ'זאל זיך נישט ארום הרג'ענען אין שוהל, אפילו דער וואס טיילט די עליות, ס'שטיינס געזאגט ער געט זיך דאך אליינס די עלי', אעפי"כ זאל ער נישט צוגיין אום אויסגערופן, ונהגו שש"צ כשרוצה מברך וקורא בלי נטילת רשות, חוץ דער בעל קורא אליין דער מעג יא, און מ'פירט זיך איהם נישט אויסצורופן, משום דהוי כאילו משעה שמינוהו לש"ץ הרשוהו על כך, ווייל אין די זעלבע רשות וואס ער האט צו ליינען, האט ער דאך בודאי אויף צו עולה זיין.
הגה, זאגט דער רמא, ובמדינות אלו אין נוהגין כן, אין אונזערע לענדער פירט מען זיך נישט אזוי, ואין החזן עולה רק כשהסגן אומר לו לעלות, און דער בעל קורא אליין נעמט זיך נישט קיין עליה, ביז ווילאנג מ'הייסט איהם נישט עולה זיין, אבל אין קורין לו בשמו כמו שאר העולים שקוראים אותם בשמם פלוני בר פלוני, אבער אזויפיל איז ער אנדערש ווי די אנדערע קרואים, אז מ'רופט איהם נישט אויס, נאר מ'זאגט איהם אז ער זאל עולה זיין, וויבאלד יעדער זעהט אז דער בעל קורא שטייט נעבן דעם סגן, און פארשטייט מען אליין אז ער האט איהם געהייסן עולה זיין.
אויף דעם רעדן שוין אויס אלע פוסקים אחרונים, אז דאס האט צוטוהן מיט די מנהג המקום, און היינט פירט מען זיך אז מ'רופט אויס דעם בעל קורא, פונקט וואו מ'רופט אויס אנדערע קרואים.
ומי שאביו מומר לעבודת כוכבים, אויב האט עמיציר א טאטען וואס איז א מומר, קורין אותו בשם אבי אביו, רופט מען איהם אויס מיט זיין זיידענס נאמען, אבל לא בשמו לבד, אבער מ'רופט איהם נישט אויס נאר מיט זיין נאמען, למשל יעמוד ר' ראובן שני, שלא לביישו ברבים, כדי איהם נישט צו פארשעמן אין פובליק, (תרומת הדשן סי' נ"א וס' החסידים). ודוקא שלא עלה מימיו בשם אביו, און דאס איז נאר פעליג אויב פלעגט מען איהם קיינמאל נישט אויסרופן מיט זיין טאטענס נאמען, אבל אם הוא גדול והורגל באותו העיר לעלות בשם אביו, אויב אבער ווען ער איז געווארן א גדול, און זיין טאטע איז נאך געווען אן ערליכער איד, והמיר אביו לעבודת כוכבים, און שפעטער א צייט איז זיין טאטע געווארן א מומר, קוראים אותו בשם אביו כמו שהורגל, רופט מען איהם אויס געהעריג מיט זיין טאטן'ס נאמען, אזוי ווי מ'איז געוואוינט ביז ער איז געווארן א מומר, שלא לביישו ברבים, כדי מ'זאל נישט פארשעמן דעם זוהן, כמובן אויב קומט ער אין א פרעמדע שטאט, זאל ער געבן זיין זיידענ'ס נאמען, וכן אם איכא למיחש לאיבת המומר, און די זעלביגע הלכה איז אויב מ'האט מורא פון דעם מומר אז ער זאל נישט מאכן קיין צרות פאר דעם ציבור, אויב מ'וועט אויסרופן זיין זוהן אהן זיין נאמען, (מהר"ם פאדוואה סי' פ"ז).
שמועסן אויס די אחרונים אויב אבער איז דער פאטער געווען א מומר באונס, און בשעת ער איז געווען א מומר, פלעגט ער טוהן טובות פאר דעם ציבור, און פאר ער איז געשטארבן האט ער זיך מתודה געווען אויף זיינע עבירות, דאן אדרבה זאל מען בודאי יא אויסרופן דעם זוהן מיט זיין טאטענ'ס נאמען, כדי איהם מזכיר זיין לשבח.
ואסופי ושתוקי קורין אותו בשם אבי אמו, אן אסופי אדער א שתוקי, וואס מ'ווייסט נישט זייער טאטן'ס נאמען, זאל מען איהם אויסרופן מיט דעם נאמען פון זיין מאמעס טאטע, דאס הייסט אויב איז געקומען א פרוי און געטענה'ט אז דאס איז איר זוהן, גלייך ווען מ'האט איהם געפונען אויף די גאס, ואם אינו ידוע קורין אותו בשם אברהם, כמו לגר, אויב ווייסט מען נישט זיין מאמעס טאטן'ס נאמען, רופט מען איהם אויס בן אברהם, אזוי ווי מ'טוט פאר א גר, (ד"ע).
אויף די הלכה איז דא פיל צו שמועסן, אבער דאס איז נישט אזוי ווייט נוגע להלכה, צו קריאת התורה, סאו אויב האט מען שאלעס, זאל מען פרעגן.
סומא אינו קורא, א בלינדער ל"ע, קען מען נישט אויסרופן צו די תורה, לפי שאסור לקרות אפי' אות אחת שלא מן הכתב, וויבאלד מ'טאר נישט ליינען אפילו איין ווארט אויף אויסנווייניג, (ומהרי"ל כתב דעכשיו קורא סומא, און דער מהרי"ל שרייבט אז היינטיגע צייטן קען מען יא אויסרופן א בלינדען, צו די תורה, כמו שאנו מקרין בתורה לע"ה, אויף די זעלביגע וועג וואס מ'רופט אויס אן עם הארץ צו די תורה, וויבאלד דער בעל קורא ליינט דאך).
היות די הלכה איז מחלוקה רבוותא, לכאן ולכאן, מיר פירן זיך פשוט אנצונעמן דעם מהריל, אבער די אחרונים רעדן אויס, אז מ'זאל נישט אויסרופן ביי מפטיר אום יום טוב, און ווי אויך נישט אין די פרשיות פון פרה און זכור, און ווי אויך דארט וואס סיז נאך נישט דא קיין מנהג, זאל מען לכתחילה נישט אויסרופן, נאר א חתן אדער א בעל ברית.
א שוטה אדער איינער וואס האט צוריסענע ערמל, קען מען נישט און מ'טאר נישט אויסרופן.
יום ד' תרומה ס"ו
סעיף ד זאגט דער הייליגער מחבר, כל הקורים מברכים לפניה ולאחריה, אלע מענטשן וואס זענען עולה צו די תורה, מאכן א פאר ברכה און א נאך ברכה, ופותח הספר קודם שיברך, מ'עפנט אויף די ספר תורה, פאר מ'מאכט די ברכה, ורואה הפסוק שצריך להתחיל בו, און ער זאל זעהן דעם פסוק ווי מ'גייט אנהויבן ליינען, ואחר כך יברך, און דערויף זאל ער מאכן די ברכה, ולאחר שקרא, נאך וואס מ'ענדיגט ליינען, גולל ומברך, מאכט ער צו די ספר תורה, און ער מאכט די נאך ברכה.
(הגה, זאגט דער רמא, ובשעה שמברך ברכה ראשונה יהפוך פניו על הצד, ווען מ'מאכט די פאר ברכה, זאל מען נייטן די קאפ צו די זייט, שלא יהא נראה כמברך מן התורה, כדי ס'זאל נישט אויסקוקען ווי ער מאכט די ברכה פון אינעווייניג, (כל בו). ונראה לי דיהפוך פניו לצד שמאלו, און איך האלט אז ער זאל דאס נייטן צו די לינקע זייט).
ס'איז דא מחלוקה צו די פאר ברכה פון אשר בחר בנו איז א דאורייתא צו נישט, אויב האט מען שוין געזאגט צופרי ביי ברכות התורה, דאן איז דאס לכו"ע א דרבנן.
אויב האט מען זיך טועה געווען, און מ'האט געזאגט די נאך ברכה אנשטאט די פאר ברכה, דאן איז די הלכה אז ער זאל דאס מאכן די פאר ברכה ביים סוף, אויב האט ער זיך דערמאנט פאר ער האט געזאגט בא"י נותן התורה, זאל ער דאן זאגן אשר בחר בנו, אויב ביי די נאך ברכה האט ער זיך טועה געווען, דאן אויב האלט ער פאר די ווערטער נותן התורה, זאל ער באלד זאגן אשר נתן לנו תורת אמת, אויב האט ער שוין געזאגט נותן התורה, דארף ער נאכאמאל מאכן די נאך ברכה.
איבער די הלכה וואס דער רמא פסק'עט אז מ'זאל זיך אוועקדרייען פון די ספר תורה בשעת די פאר ברכה, מיר פסק'ענען נישט אזוי, אדרבה סיקוקט אויס א בזיון, נאר סיז דא אזעלכיגע וואס זאגן אז מ'זאל צומאכן די אויגן, און דערויף איז דא וואס זאגן, אז מ'זאל פארמאכן די ספר תורה, על פי קבלה איז נאך מער, לייגט מען ארויף די מענטעלע אויך.
על פי קבלה זאל מען אנכאפן די יריעות פון די ספר תורה בשעת'ן מאכן די ברכות, מיט עפעס אינצווישן.
סיז דא וואס האלטן אז אנפאנג ברכה זאל מען זיך משחה זיין, אנדערע האלטן אז נישט, נהרא נהרא ופשטיה, סוף ברכה האלטן אלע אז מ'זאל זיך נישט איינבייגן.
בשעת מ'זאגט ונתן לנו את תורתו, און די זעלביגע זאך ווען מ'זאגט די ווערט תורת אמת, ביי די צווייטע ברכה, הייבט מען אונטער די ספר תורה.
קושן די ספר תורה נאך די ברכה, האט א מקור, אבער דער כנה"ג שרייבט אז מ'פירט זיך נישט אזוי, בכל אופן אויב קומט איינעם שפייעכץ, זאל ער שפייען פאר ער קושט די ספר תורה, און נישט דערנאך.
סעיף ה זאגט דער הייליגער מחבר, נהגו לכסות הכתב בסודר, בין גברא לגברא, מ'פירט זיך צו פארדעקן די ספר תורה מיט א טעפיך, צווישן איין עולה אין די צווייטע, (זאגט דער רמא, ובמדינות אלו נהגו שהיא מגוללת בין גברא לגברא, אין אונזערע פלעצער פירט מען זיך אז די ספר תורה איז צוגעדעקט צווישן איין עולה און דער צווייטע, וכן עיקר, און אזוי נעמט אהן דער רמא להלכה).
תמצית הלכה למעשה ביי אונזערע ספרי תורות, דארף מען נאר צודעקן מיט די מענטעלע ביי מאכן מי שברך'ס און ביי קדיש.
סעיף ו, זאגט דער הייליגער מחבר, אומר ברכו והברכות בקול רם, מ'זאל זאגן ברכו מיט די ברכות הויך אויף דעם קול, והאומרים בלחש טועה, און די וואס זאגן דאס שטיל לעבן אין א טעות, דער משנ"ב שרייבט אן אינטערסאנט לשון, דלמי אומר ברכו כשאומר בלחש, פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל?, ויש אומרים שצריך לחזור ולברך בקול רם, און סיז דא אפילו וואס האלטן אויב האט מען געזאגט שטיל די ברכות זאל מען דאס איבערזאגן הויך.
סיז דא צוויי טעמים דערביי, 1) כדי מוציא צו זיין דעם ציבור וואס האט נישט געהערט ברכו פון ש"ץ ביים דאווענען,
2) וויבאלד מ'טאר דאס נישט זאגן אויב סיז נישט דא קיין צען מענטשן, אויב האט מען דאס געזאגט שטיל און סיז נישט דא קיין צען וואס הערן, איז דא געוויסע פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף איבער מאכן די ברכה, מיר פסק'ענען נישט אזוי, לפי דעם ערשטן טעם זאל מען לכתחילה זאגן הויך אז דער גאנצער ציבור זאל הערן, אזוי ווי ס'שטייט אין ספר חסידים, אז די גאנצע תקנה פון די ברכות איז נאר מפני כבוד התורה, איינער וואס זאגט שטיל, גייט אריין אין דעם גדר פון הגוזל את המצות.
מכאן הקריאה יוצאות אז מ'זאל אנזאגן די זיבעלעך זאלן זאגן הויך ברכו, דאס איז נישט סתם אן ענין.
די זעלביגע הלכה פסק'עט דער מג"א איז ביי קדיש, און ברכו וואס מ'זאגט ביים דאווענען, אז מ'זאל דאס זאגן גענוג הויך, וויל איך טאקע בעטן נישט צו שיקן די וואס דאווענען שטיל.
הגה, זאגט דער רמא, כדי שישמעו העם ויענו, ברוך ה' המבורך לעולם ועד (טור), די טעם פון דעם מחבר איז כדי דער עולם זאל קענען ענפערן ברוך ה' המבורך לעולם ועד, ואם לא שמעו הצבור את המברך, אויב הערט נישט דער ציבור דעם עולה זאגן די ברכות, אף על פי ששמעו החזן עונה, אפילו אויב הערט מען דעם בעל קורא ענפערן, לא יענו עמו אלא עונין אמן על דברי החזן, זאל מען נישט ענפערן צוזאמען מיט דעם בעל קורא ברוך השם המבורך נאר אמן, אויב אבער הערן צען מענטשן און ענפערן, קען מען יא ענפערן, אפילו מ'הערט נישט דעם עולה מאכן די ברכה. (ב"י בשם הר"י ואורחות חיים וכל בו).
סעיף ז, זאגט דער הייליגער מחבר, אחר שענו העם ברוך ה' המבורך לעולם ועד, נאך וואס דער ציבור האט גענפערט ברוך ה' המבורך לעולם ועד, חוזר המברך ואומר ברוך ה' המבורך לעולם ועד, טוט דער עולה אויך איבער זאגן ברוך ה' המבורך לעולם ועד, כדי לכלול המברך עצמו בכלל המברכים, די סיבה דערפון איז, אז דער עולה זאל זיך כולל זיין מיט די זעלביגע זאך ווי דער איבריגער ציבור.
דער מנהג איז אז דער בעל קורא זאגט הויך אמן פאר ער הויבט אהן צו ליינען, כדי דער עולם זאל זיך כאפן אז מ'הייבט שוין אן ליינען.
סימן קלט, סעיף ח, זאגט דער מחבר, אפילו ברך ברכת התורה לעצמו ותיכף קראוהו לקרות בתורה, מיטוואך דעם צווייטן טאג ראש חודש אדר, שטייט יאנקל כהן אויף אינדערפרי, ארום אכט אזייגער, מיט די פארשלאפענע פאות יאגט ער זיך אין שוהל אריין, כ'מיין א לאנגע דאווענען ווארט איהם היינט אפ, נעכטן האט ער שוין באקומען א פסק פון דעם ראש הכולל פאר'ן שפעטיגן, ער כאפט א מקוה איינס צוויי, און ער גייט אריין אין איינע פון די זייטיגע שטיבלעך זאגן ברכות התורה מיט קריאת שמע, אמער דער סוזק"ש, איז שוין באלד אווער, און ער עט מוזן ליינען כקורא בתורה, און אופס דער מנין פון דעם שטיבל האלט ביים ליינען, און מ'שרייט אויס כהן, כהן, יאנקל אינסטינקט דרייט זיך אויס, -ער איז געווען אויסגעדרייט צום שאנק- און איינע פון זיינע חברים, געבן א צייג מיט די פינגער, אה ער איז דאך א כהן, נו שוין מ'הייבט אהן ותגלה וגו', יעמוד מוה"ר אא... אאא... יאנקל'ס חבר העלפט ארויס, ר' יעקב בן ר' ברוך, און יענקל האט דאך נאך א נאמען וואס זיין חבר האט שוין פארגעסן, און ער זאגט צו אזוי פארשעמטערהייט, יעקב זרח בן ר' ברוך, דער עולם קלערט אז אפשר אלץ חודש אדר מאכט ער גראמען, אבער א ברירה האט מען, ר' יעקב זרח בן ר' ברוך הכהן, ברוך שנתן תורה וכו', רופט אויס דער גאנצער ציבור, און יאנקל בארגט פון נאטורליכ'ס ר' מעכיל א טלית, און ר' מעכיל נישט טרעפנדיג זיין הוט טוט ער אהן א צוייטענס קוטשמע, און ער שמייכלט זיך אזוי אונטער, און ער נו'קעט אזוי, נו נו, מיינט צו פרעגן ס'שטייט מיר גוט?, און דער עולם שמייכלט צוריק, מקיים זיין א גמילות חסד, און יאנקל הויבט אהן זאגן ברכו, ער וויל שוין זאגן די ברכה, און ער כאפט זיך איך האב דאך אקאורשט געזאגט די ברכה מיט א ברען, נו וויאזוי קען איך מאכן די זעלבע ברכה איין מינוט נאך די צווייטע, יאנקל בלייבט שטיל, און דער דאיען דרייעט זיך אויס, און ער פרעגט נו, און יאנקל הייבט אהן נו'קען, דער דאיען קומט צו, און יאנקל ווייזט איהם אין סידור ביי ברכות התורה, דער דאיען איז דאך נישט קיין בטלן און ער כאפט באלד, און ער זאגט איהם דו ביסט א כולל אינגערמאן? כ'מיין סיז דאך אן אפענער מחבר, אז אפילו מ'האט אקאורשט געזאגט ברכות התורה, צריך לחזור ולברך אשר בחר בנו, דארף מען איבער מאכן די ברכה פון אשר בחר, כשקורא בתורה, ווען מ'רופט איהם אויס צו די תורה, דמשום כבוד התורה נתקנה כשקורא בצבור, וואו מיהאמיר שוין גערעדט ביי די נעכטיגע שיעור איז די גאנצע תקנה פון מאכן די ברכות נתתקן געווארן משום כבוד התורה, מילא איז נישט קיין נפק"מ צו מ'האט דאס אקאורשט געזאגט צו נישט.
די אחרונים רעדן אויס אז אויפ'ן וועג ארויף צו די בימה, זאל ער דאך זאגן א פסוק יברכך, און זיי לייגן צו אז ער זאל זיין געווארנט, כאטש ער איז מוטרד עולה צו זיין, אינזין צו האבן ווי ס'באדארף צו זיין די שמות פון ברכת כהנים.
סעיף ט זאגט דער מחבר, אם קראוהו לקרות בתורה קודם שיברך ברכת התורה לעצמו, אויב אבער איז פארקערט די מעשה, נאך פאר ער יאנקל האט עספיעט צו זאגן ברכות התורה, ער האט ערשט גענדיגט זאגן המחזיר נשמות לפגרים מתים, זיך אונטערזיגענדיג ביי אלקי נשמה, יוסעלעס חזנות, כבר נפטר מלברך ברכת אשר בחר בנו, דארף ער שוין נישט זאגן ביי ברכת התורה די ברכה פון אשר בחר בנו, דלא גרע ממי שנפטר באהבה רבה, וויבאלד דאס איז דאך נישט ארגער פון א אידן וואס האט בכלל פארגעסן צו זאגן ברכות התורה, וואס די הלכה איז אויב האט ער שוין געזאגט אהבה רבה ביין דאווענען, זאל ער נישט איבערזאגן ברכות התורה, ווייל ער האט שוין יוצא געווען מיט די ברכה פון אהבת עולם.
שמועסן די אחרונים אויס אז סיז יא דא עטוואס א חילוק צווישן אהבת עולם און די ברכה פון עולה זיין, ווייל ביי אהבת עולם דארף מען שוין בכלל נישט מאכן ברכות התורה, אבער ביי עולה זיין, איז די ברכה פון אשר קדשנו במצוותיו וצונו לעסוק, איז נאך אלץ דא א חיוב.
נאך אזאך איז וויכטיג צו באטאנען, אז מ'זאל אינזין האבן בשעת מאכן די ברכה אז מ'וויל מיט דעם יוצא זיין די לימוד התורה פון דעם גאנצן טאג. תוקן על ידי - סאכדעס - 10/03/2006 21:14:57
סעיף י זאגט דער מחבר, ברכה אחרונה, די נאך ברכה זאגט מען, אשר נתן לנו תורת אמת, בא"י אמ"ה אשר נתן לנו תורת אמת, זו תורה שבכתב, דאס גייט ארויף אויף תורה שבכתב, און דאס קלער איז דער טעם אויף וואס מיר האבן נעכטן געלערנט, אז מ'זאל אונטערהייבן די ספר תורה, וחיי העולם נטע בתוכנו, און ווייטער זאגט מען וחיי העולם נטע בתוכינו, -רעדן די אחרונים אויס אז מיר זאגן וחיי עולם, אן די הא- הוא תורה שבע"פ, און דאס גייט ארויף אויף די תורה שבעל פה, א סמך איז פון א פסוק, דברי חכמים כדרבונות וכמסמורות נטועים.
סיז כדאי אויסצושמועסן א שיין ווארט, לכאורה איז שווער, פארוואס הייבט זיך אהן די נאך ברכה מיט א ברוך אתה, סיוואלט דאך געדארפט זיין אזוי ווי יעדע ברכה הסמוכה לחברתה, וואס הייבט זיך נישט אהן מיט קיין ברוך, אזוי ווי אהבת עולם וכו', תו' ענפערט אויף דעם, אז היות מעיקרא איז די תקנה געווען אז מ'זאל מאכן נאר דער ערשטער די פאר ברכה און דער לעצטער עולה די נאך ברכה, אם כן איז דאך דאס שוין א לאנגער הפסק, ממילא האט דאס נישט קיין דין פון א ברכה הסמוכה, ממילא האט מען דאס שוין אזוי געלאזט אפילו אויף היינטיגע צייטן וואס יעדער באזונדער מאכט ביידע ברכות.
נאך אן אינטערסאנטער ענין, די צוויי ברכות האבן אין זיך פערציג ווערטער, צוגלייך די פערציג טעג שעלה משה בהר.
א טעם פארוואס נאר אין די צווייטע ברכה האט מען אינזין תורה שבע"פ און נישט ביים ערשטן, איז דא פיל טעמים, איך על זאגן איין טעם, וואס דער כפה"ח זאגט, אז נאכ'ן הערן ליינען, זעהט מען דאך אז די ווערטער אין די תורה אליין קען מען נישט וואוסען וואס מ'האט צו טוהן, ממילא, דארף מען דאך שוין אנקומען צו תורה שבע"פ.
סעיף יא זאגט דער מחבר, הקורא בתורה צריך לאחוז בספר תורה בשעת ברכה, דער עולה לתורה, בשעת ער מאכט די ברכה דארף אנכאפן די ספר תורה, האמיר שוין נעכטן געשמועסט אז על פי קבלה, זאל מען אנכאפן די יריעות בהפסק איזה דבר.
הגה, זאגט דער רמא, וסמכו מנהג זה, א סמך אויף דעם מנהג איז, על מה שנאמר ביהושע לא ימוש ספר התורה הזה מפיך חזק ואמץ, פון דעם פסק אין יהושע, וואס שטייט לא ימוש ספר התורה, הזה, וואס פון דעם זעהט מען אז ער האט דאס געהאלטן אין די האנט, ומזה נהגו לומר למסיים לקרות בתורה בכל פעם חזק, און פון דעם פסוק לערנט מען ארויס דעם מנהג וואס מ'שרייט אויס חזק חזק ונתחזק, ווען מ'ענדיגט ליינען א ספר אין די תורה, (ב"י בשם אורח חיים).
סימן קמ דיני הפסק בברכת התורה ובו ג סעיפים
סעיף א זאגט דער מחבר, הקורא בתורה ונשתתק, מ'רופט אויס צו די תורה למשל מוה"ר שלום בן ר' יושע, און ער קומט ארויף, און ער זאגט ברכו און מאכט די ברכה, און הייבט אהן צו ליינען, און ער איז נשתתק געווארן אינדערמיט ל"ע, העומד יתחיל ממקום שהתחיל הראשון, דער וואס נעמט איהם איבער, זאל אנהויבן ליינען, דארט וואו דער וואס איז נשתתק געווארן, האט אנגעהויבן די קריאה, אפילו אויב סיהאט גענומען א לאנגע צייט, וואס אין די צייט האט מען שוין געקענט ליינען עטליכע מאל פון אנהויב סדרה, אעפי"כ, זאל מען נאר אנהויבן דארט וואו דער וואס איז נשתתק געווארן אינדערמיט האט אנגעהויבן, ויברך בתחלה ובסוף, און ער זאל זאגן סיי די פאר ברכה און סיי די נאך ברכה, ולהרמב"ם לא יברך בתחלה, און לויט דעם רמב"ם זאל ער נישט זאגן די פאר ברכה, ווייל ער האלט אז די ערשטע פאר ברכה, קען מען נוצן פון דעם וואס איז נשתתק געווארן, מיר פסק'ענען ווי די ערשטע דעה.
הגה, זאגט דער רמא, ואפילו בזמן הזה שש"ץ קורא, אפילו היינטיגע צייטן, וואס איז דא א בעל קורא, וואלט איך געמיינט אז וויבאלד דער בעל קורא ליינט דאך ווייטער, אף על פי כן, וויבאלד דער עולה איז נשתתק געווארן, דינא הכי, איז אויך די הלכה, אזוי ווי אויבנדערמאנט אין מחבר, (הר"י פרק אין עומדין).
סעיף ב זאגט דער מחבר, העומד לקרות בתורה וברך ברכה שלפניה, מ'האט אויסגערופן שלמה בן יעקב צו די תורה, און ער האט געזאגט די פאר ברכה, וקרא מקצת פסוקים ודבר דברי תורה או דברי חול, און ער האט געליינט א פסוק אדער אפאר פסוקים, און ער האט אינמיטן זיך פארשמועסט מיט גימפל, איבער א תוספות, אדער מיט זרח איבער די סטאק מארקעט, לא הוי הפסק ואינו צריך לחזור ולברך, הייסט דאס נישט קיין הפסק, און מ'דארף נישט איבערמאכן די ברכה, אויב אבער האט ער נאך נישט געליינט קיין איין פסוק, און ער האט אויסגערעדט נישט לצורך הקריאה, אפילו אויב האט ער גערעדט דברי תורה, דארף ער איבערמאכן א ברכה, פארשטייט זיך אז לכתחילה טאר מען נישט רעדן קיין שום זאך ביז מ'ענדיגט די קריאה.
לכתחילה איז גוט אינזינען צו האבן בשעת די פאר ברכה, אז אפילו אויב וועט מען מסיח דעת זיין אינדערמיט זאל מען קענען ליינען ווייטער על סמך פון די ברכה.
סעיף ג זאגט דער מחבר א וויכטיגע הלכה, העולה לקרות בתורה והראו לו מקום שצריך לקרות, סיקומט ארויף איינעם וואס מ'האט אויפגערופן צו די תורה, און מ'צייגט איהם אהן וואוהין ער וועט דארפן ליינען, (די זעלביגע זאך היינט, מ'צייגט איהם וואוהין מ'גייט ליינען פאר איהם), וברך על התורה והתחיל לקרות, און ער מאכט די ברכה, און ער אדער מ'האט שוין אנגהויבן ליינען, או לא התחיל, אדער אפילו מ'האט נאך נישט אנגעהויבן צו ליינען, והזכירוהו שפרשה אחרת צריך לקרות, און מ'האט זיך דערמאנט, אז מ'האט נישט געצייגט די ריכטיגע פלאץ וואו מ'דארף צו ליינען, וגלל הספר תורה למקום שצריך לקרות בו, און מ'האט אהין געמישט צו די פלאץ וואו מ'דארף ליינען אין דעם דאזיגען קריאה, יש אומרים שאינו צריך לחזור ולברך, איז דא וואס האלטן אז מ'דארף נישט איבערמאכן די ברכה, ויש אומרים שצריך, און סיז דא וואס האלטן אז מ'דארף יא איבערמאכן די ברכה.
למעשה פסק'ענען מיר, וואו די צווייטע יש אומרים, אבער אויב דארף מען נישט מישן, און סיז געווען אפן די פלאץ וואו מ'דארף ליינען ווען מ'האט איהם געוויזן, די טעות'דיגע פלאץ, האלטן מיר וואו די ערשטע יש אומרים, אויב האט מען איהם געוויזן אז מ'דארף ליינען אין שפעטערדיגע פלאץ, און למעשה דארף מען אנהויבן א פריערדיגע פלאץ, זאגן די אחרונים, אז מ'זאל ליינען פאר דעם עולה, ביז וואו מ'האט איהם געצייגט, און נאך א פאר פסוקים ווייטער, און דאס איז נישט קיין חילוק, אפילו מ'האט איהם נישט געוויזן די ריכטיגע סדרה, ביז ווילאנג סיז געווען אפן די ריכטיגע פלאץ בשעת מ'האט איהם געצייגט די מקום הקריאה.
דער משנ"ב זאגט אז די וואס מאכן נישט איבער קיין ברכה, אויב האט מען געוויזן אין די זעלביגע פרשה וואס מ'ליינט, אפילו מ'דארף מישן, יש להם על מה לסמוך.
סימן קמא דיני הקורא והמקרא, אין דעם סימן על מיר לערנען די הלכות וואס זענען נוגע דעם בעל קורא, און דעם אויסרופער, ובו ח סעיפים
סעיף א, זאגט דער מחבר, צריך לקרות מעומד, מ'דארף ליינען שטייענדיג, מ'לערנט דאס ארויס פון דעם פסוק וואס גאט האט געזאגט משה רבינו ע"ה, ואתה פה עמד עמדי, ואפילו לסמוך עצמו לכותל או לעמוד, אפילו זיך אנלאנען אויף א וואנט אדער אויף דעם בעלמער, און אפילו דאס איז א סמיכה וואס אויב נעמט מען אוועק די זאך פאלט מען נישט אראפ, אסור, טאר מען נישט, ווייל מ'דארף שטיין מיט א פארכט ווען מ'ליינט, בדיעבד אויב האט מען געליינט אפילו זיצענדיג, איז מען יוצא, אלא אם כן הוא בעל בשר, נאר טאמער איז ער א פעשער, די זעלביגע זאך איז מיט אן אלטן איד אדער א חולה, לכתחילה זאלן אפילו די דאזיגע נישט זיך אזוי שטארק אנלאנען, אויב נעמט מען אוועק די זאך זאלן זיין פאלן, אויב איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, קען מען דאס אויך.
אויב איז דאס א לאנגע ספר תורה, וואס כדי צו זעהן די ווערטער דארף מען זיך איינבייגן די זעלבע זאך אויב דער וואס רופט אויס טייטלט פאר דעם קורא, דאן זעהט מען דאך אז דאס איז נישט לשם גאוה, ממילא, איז נישט קיין שאלע, נאר אזויפיל דארף מען וויסען אז ווען מ'דארף שוין נישט זאל מען זיך צוריק אויפהויבן דעם קאפ.
הגה, זאגט דער רמא, וכן החזן הקורא צריך לעמוד עם הקורא, און די זעלביגע הלכה איז פאר דעם וואס רופט אויס, דארף אויך שטיין צוזאמען מיט דעם בעל קורא (מרדכי הלכות קטנות).
האלטן מיר סימן קמא סעיף ב, זאגט דער מחבר, לא יקראו שנים, צוויי מענטשן זאלן נישט צוזאמען ליינען, אלא העולה קורא וש"צ שותק, נאר דער וואס איז עולה זאל ליינען און דער ש"ץ איז שטיל, או ש"צ קורא והעולה לא יקרא בקול רם, אדער זאל דער ש"ץ ליינען, דאס הייסט דער בעל קורא, און דער וואס איז עולה זאל זיין שטיל, ומכל מקום צריך הוא לקרות עם הש"צ, אבער דאס איז זיכער אז דער עולה זאל מיטזאגן שטיל מיט דעם בעל קורא, כדי שלא תהא ברכתו לבטלה, כדי זיין ברכה זאל נישט זיין פאר אומזיסט, אלא שצריך לקרות בנחת, אבער דער עולה זאל אכט געבן אז ער זאל ליינען אזוי שטיל, שלא ישמיע לאזניו, אויף א אופן אז ער זאל אליין זאל נישט הערן וואס ער ליינט, אזוי האלט דער מחבר.
(דער רמא קריגט אויף דעם מחבר, און ער זאגט, ואפילו משמיע לאזניו ליכא למיחש, אפילו אויב דער עולה אליין הערט יא זיין אייגענע קול, איז נישט געפערליך, דלא עדיף מתפלה, ווייל דאס איז נישט ארגער פון תפלה, וואס מיר פסק'ענען אז סימעג זיין משמיע לאזניו, כדלעיל סימן ק"א, אזוי ווי סיווערט מבואר אין סימן קא) (דעת עצמו).
סעיף ג, זאגט דער מחבר, ויש נוהגים להעמיד מי שמקרא לעולה מלה במלה, סיז דא וואס פירן זיך אז מ'שטעלט איינעם וואס זאל פארליינען פאר דעם עולה ווארט ביי ווארט, ואחר שגומר המקרא המלה אומרה העולה, און נאכדעם וואס דער וואס זאגט פאר ענדיגט איין ווארט, זאל עס דער עולה איבער זאגן, דאס הייסט למשל די וואך, זאל דער מקרה זאגן ואתה תצוה, מיט די נקודות און די טעמים, און דער עולה זאגט נאך ואתה תצוה אזוי ווי דער מקרה האט איהם דאס פארגעזאגט.
סעיף ד זאגט דער הייליגער מחבר, אם ש"צ רוצה לברך לעצמו ולקרות, אויב דער וואס רופט אויס וויל אליינס עולה זיין, -די הלכה וויאזוי מ'זאל איהם אויפרופן האמיר שוין געלערנט, אויבן- צריך שיעמוד אחר אצלו, זאל עמיציר שטיין אויף זיין פלאץ, דאס הייסט אמאל האט דאך דער עולה געליינט קומט אויס אז ווען דער וואס רופט אויס איז עולה, שטייט ער אליין ביי די בימה, ממילא זאל מען אהינשטעלן עמיצין, שכשם שנתנה תורה על ידי סרסור, די טעם איז פונקט ווי ווען גאט האט געגעבן די תורה, איז דאס געווען דורך א סרסור, דאס הייסט דורך משה רבינו עליו השלום, אזוי ווי ס'שטייט אנכי עומד בין ה' וביניכם, כך אנו צריכים לנהוג בה על ידי סרסור, די זעלביגע זאך זאל מען זיך פירן ביים ליינען, אז סיזאל זיין א סרסור, דאס הייסט אז סיזאל שטיין נאך איינער ביי די בימה.
דער לבוש שרייבט א מערקוועדיגע זאך, אז דער סגן וואס רופט אויס איז במקום כביכול השי"ת, וויבאלד ער רופט אויס וועמען איהם געפעלט, און דער בעל קורא איז אזוי ווי משרע"ה, דער סרסור, און דער עולה אזוי ווי די כלל ישראל מקבלי התורה,
אנדערע ברענגן אז סיזאל אלעמאל שטיין ביי די בימה, דריי פערזאנען, דער בעל קורא, און דער עולה, און דער סגן, אויב איז דער סגן עולה, דאן זאל איינער זיך שטעלן אויף די זייט פון דעם בעל קורא, -יאך ווייס נישט דעם מקור ההלכה, פארוואס ביי אונז וואו דער עולה שטייט צו די רעכטע זייט פון דעם קורא, איז פארוואס שטייט דער סגן אויף די רעכטע זייט פון די בימה, לויט ווי מ'לערן מיר דא, דארף ער צו שטיין אויף די לינקע זייט פון דעם בעל קורא-.
דער משנ"ב שרייבט א לאנגע כתבה איבער דעם סגן, אזוי ווי סיהאט פיל מוסר, קען איך דאס נישט איבערשרייבן, וויבאלד איך ווער שטעקן מיט מיין לשון שרייבענדיג דברי מוסר, איז ווער סיקען נעמען די מיה, און דאס איבערשרייבן מיט א לשון קל וצח, זכות הרבים תלוי בו.
סעיף ה זאגט דער מחבר, אין הצבור רשאים לענות אמן עד שתכלה ברכה מפי הקורא, דער ציבור איז נישט בארעכטיגט זו ענפערן אמן אויף די ברכות פון דעם עולה, ביז ווילאנג ער איז פארטיג מיט די ברכה, ואין הקורא רשאי לקרות בתורה עד שיכלה אמן מפי הצבור, און די זעלביגע הלכה, איז אז דער בעל קורא זאל נישט ליינען ביז ווילאנג דער ציבור ענדיגט זאגן אמן, וויבאלד מ'דארף דאך הערן פון דעם בעל קורא די גאנצע קריאה, און די אחרונים רעדן אויס אפילו סיז דא מאריכים דארף מען אויסווארטן מיט געדולד, מיהאמיר שוין אויבן אראפגעברעגט די הלכה, אז דער בעל קורא זאל מאריך זיין מיט די אמן לענגער ווי דער ציבור, כדי מ'זאל וויסן ווען מ'הויבט אהן צו ליינען, נאך א וויכטיגע זאך זאל דער בעל קורא וויסן אז ער זאל מאכן א קליינע הפסקה פון זיין אמן און אנהויב פון די קריאה.
סעיף ו, דער סעיף איז גאנץ א קליינער סעיף אבער זייער אסאך הלכות, זאגט דער מחבר, יכולים לקרות ב' אחים זה אחר זה והבן אחר האב, דער מחבר פסק'עט, אנדערש וואו אנדערע וואס קריגן אויף דעם, און האלטן אז אלע פסולי עדות טארן נישט עולה זיין צו די תורה זה אחר זה, מטעם דעם פסוק עדות ה' נאמנה, פסק'עט אבער דער מחבר אז מעיקרא דדינא, איז נישט קיין פראבלעם אויפצורופן, צוויי ברודער איינער נאך דעם אנדערן, און די זעלביגע זאך איז ביי א זוהן און א טאטן, ואין מניחים אלא בשביל עין הרע, און די סיבה פארוואס מיר פירן זיך נישט אויפצורופן, איז משום עין הרע.
אפילו די ברודער זאגן אז זיי האבן נישט מורא, וכדו', דאך טאר מען נישט אויפרופן, סיז וויכטיג צו באטאנען אז דער חידא האלט אויב איז מען נישט מקפיד מעג מען יא, אבער דער כף החיים זאגט אויף דעם, הרואה יראה דיחיד האו נגד כל הפוסקים.
בדיעבד אויב האט מען שוין עולה געווען, אין מורידין, און מ'דארף עולה צו זיין.
און סיז נישט קיין נפק"מ צווישן ברודער פון איין טאטן אדער נאר פון איין מאמען, מיר פסק'ענען אויף ביידע אז מ'זאל נישט עולה זיין, חוץ במקום הצורך.
במקום שאין מנהג איז די זעלביגע הלכה אז א זיידע מיט א אייניקל, א זוהן פון א זוהן, זאל מען אויך נישט אויפרופן איינע נאך די אנדערע, נאר במקום הצורך, אבער במקום שיש מנהג, זאגט מען נהרא נהרא ופשטיה, ביי די ספרדים וואס מ'געט א נאמען נאך א זיידן וואס לעבט, און דער אייניקל הייסט נאך דעם זיידן, זאל מען אויף קיין פאל נישט אויפרופן זה אחר זה, אבער א זוהן פון א טאכטער ליכא למיחש, און מ'קען זיי לכתחילה אויפרופן איינעם נאך דעם אנדערן.
זאגט דער רמא, ואפילו אם אחד הוא השביעי ואחד הוא המפטיר, אפילו אויב איין ברודער האט עולה געווען שביעי, און דער צווייטער וויל עולה זיין מפטיר, וואס איך וואלט געוואלט זאגן אז וויבאלד מ'האט מפסיק געווען מיט א קדיש זאל מען מעגן, פסק'עט אבער דער רמא, לא יקראו השני בשמו משום עין הרע, זאל מען נישט אויפרופן דעם צווייטן ביים נאמען, נאר ער זאל פלעין קומען עולה זיין, אין די מקומות וואס מ'רופט אויס דעם מפטיר יעמוד מפטיר, איז זיכער נישט קיין שאלע, און די זעלביגע זאך איז נישט נאר ביי מפטיר, נאר אויף ביי שישי און שביעי, אויב רופט מען נישט אויס דעם שביעיע ביים נאמען קען מען אויסרופן זה אחר זה.(מהרי"ל).
די אחרונים פסק'ענען אויב פירט מען זיך יא צו אויפרופן דעם מפטיר ביים נאמען זאל מען בודאי לכתחילה נישט אזוי טוהן, נאר בצורך גדול.
מיר פסק'ענען, אויב איז דאס אזוי ווי דער שבת אדער אנדערע ימים טובים, אדער שבתים, וואס מ'נעמט ארויס צו מפטיר א צווייטע ספר תורה, דאן מעג מען יא, און די זעלביגע הלכה איז שמח"ת אז מ'קען אויפרופן צוויי ברודער איינעם צו חתן תורה און דעם אנדערן צו חתן בראשית און דעם טאטן צו חתן מפטיר.
אויב רופט מען אויף א קטן צו מפטיר איז נישט דא קיין קפידא.
סעיף ז, זאגט דער מחבר, העולה למגדל, דער וואס גייט ארויף עולה זיין צום בעלמער, עולה בפתח שהוא לו בדרך קצרה ממקומו, זאל ארויפגיין מיט די קורצטע וועג פון זיין פלאץ אין שוהל, וירד מהמגדל בדרך אחר, און אוועקגיין פון זאל ער גיין פון אן אנדערן וועג, שהוא לו בדרך ארוכה עד מקומו, וואס דאס וועט אויסקומען א לענגערן וועג צו זיין פלאץ, ואם ב' הדרכים שווים, אויב זיינען ביידע וועגן גלייך, עולה בפתח שהוא לו בדרך ימין, זאל ער ארויפגיין צום בעלמער דורך די רעכטע זייט, ויורד בפתח שכנגדו, און אראפ זאל ער גיין פון די צווייטע זייט. (ולא ירד עד שעלה כבר הראוי לקרות אחריו, ברענגט דער רמא להלכה, אז מ'זאל נישט אוועקגיין פון בעלמער ביז ווילאנג דער נעקסטער עולה איז נישט דארט) (מרדכי הגדול).
א תשא ס"ו
סעיף ח, זאגט דער מחבר, כל תיבה שהיא קרי וכתיב, יעדער ווארט אין די תורה, וואס איז דא דערביי א קרי און א כתיב, הלכה למשה מסיני שתהא נכתבה כמו שהיא בתורה, איז דאס נישט סתם א מנהג, נאר דאס איז א קבלה פון משה רבינו, אז אזוי זאל דאס זיין געשריבן, ונקרית בענין אחר, און מ'זאל דאס ארויסזאגן אנדערש, ממילא איז נישט קיין שאלה, אויב ווען מ'ליינט קומט דאך אויס אז מ'זאגט אויסנווייניג, און די הלכה איז דאך אז מ'טאר אפילו קיין אות נישט זאגן פון אויסנווייניג, וויבאלד סיז א הלכה למשה מסיני, איז אן אנדערע מעשה, ומעשה באחד שקרא כמו שהיא כתובה, אמאל האט פאסירט א געשעהניש, און א מאן דהו האט געליינט, אזוי ווי דער כתיב איז נישט ווי דער קרי, בפני גדולי הדור, און דאס איז געווען ווען סיזענען געווען אין יענע שוהל די גדולי הדור, ה"ר יצחק אבוהב והר"ר אברהם ואלאנסי והר"ר שמואל ואלאנסי בנו ז"ל, והתרו בו שיקרא כפי המסורה, און די גדולים האבן איהם אנגעשריגן אז ער זאל ליינען אזוי ווי די הלכה למשה מסיני איז, ולא רצה, און ער איז געווען א מחוצף ער האט נישט געוואלט פאלגן, -נו יאנאש האלט מיט דארט- ונדוהו, האט מען איהם געלייגט אין חרם, והורידוהו מהתיבה, און מ'האט איהם פארשיקט פון בעלמער.
א ספר תורה וואס שטייט דער קרי און נישט דער כתיב, איז דאס א פסול'ע ספר תורה.
סימן קמב
דין מי שקרא וטעה, ובמקום שאין שם מי שיודע לקרות בדיוק, ובו ב' סעיפים
סעיף א זאגט דער מחבר, קרה וטעה, אויב דער בעל קורא אינמיטן ליינען האט זיך טועה געווען, אפילו בדקדוק אות אחת, אפילו נאר איין אות האט ער געזאגט וואס שטייט נישט, אדער האט ער אויסגעלאזט א אות, מחזירין אותו, הייסט מען איהם איבערליינען, אפילו אויב האלט ער שוין נישט ביי דעם פסוק, אדער גאר מ'האט שוין גענדיגט די קריאה פאר דעם עולה, דארף מען איבערליינען דעם פסוק, און גיין ווייטער, -קרעמער למה פניך נפלו היום? הא? אוקיי ביסט פארנומען איז עפעס אנדערש- נאר ער זאל איבערליינען דעם פסוק מיט נאך צוויי פסוקים, כדי נישט אויפצוהאלטן דעם ציבור, פסק'עט דער משנ"ב אין ביאור הלכה, אז מ'זאל איבערהיפן וואס מ'האט שוין געליינט און ליינען וואו מ'האלט, ער זאגט אפילו אז מ'זאל נאר ליינען דעם פסוק וואס מ'האט זיך טועה געווען, אבער לכתחילה איז זיכער בעסער צו ליינען דריי פסוקים, און אויב מעגליך זאל מען ליינען ווייטער און צולייגן פאר דעם נייעם עולה דריי פסוקים.
אויב האט מען שוין צוריק געלייגט דעם ספר תורה דארף מען דאס נישט צוריק ארויסנעמן.
הגה, זאגט דער רמא, וכן דין החזן הקורא, און דאס איז פונקט אזוי די הלכה היינט ווען נישט דער עולה ליינט, ודוקא בשינוי שמשתנה על ידי זה הענין, די גאנצע הלכה ווען מ'דארף איבערליינען איז נאר ווען ער האט זיך טועה געווען מיט טעות וואס איז משנה דעם ענין למשל ער האט געזאגט אנשטאט יַעֲשֶה יֵעָשֶה וכדו', אבל אם טעה בנגינת הטעם או בניקוד, אויב האט ער זיך נאר טועה געווען מיט די טראפן דהיינו ער האט אריינגעלייגט א פשטא אנשטאט א מונח וכדו', אויב איז דאס אבער נישט לויט דעם פשט, דהיינו א אתנחתא אנשטאט א מהפך וכדו', איז דא פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף איהם יא מחזיר זיין, און אזוי פסק'עט דער משנ"ב, אדער ער האט געזאגט אן אנדערע נקודה, וואס איז נישט משנה דעם פשט, למשל ווי דער קרעמער האט שוין דערמאנט אין קרעטשמע איבער די אייסעס, דאס הייסט אנשטאט אֵת האט ער געזאגט אֶת, אין מחזירין אותו, דארף ער נישט איבערזאגן, אבל גוערין בו, אבער מ'דארף איהם אנשרייען, רבותי ווער סיוויל שרייען האט דא א געלגענהייט, (ב"י ופסקי מהרא"י סימן קפ"א).
אויב למשל מ'האט געזאגט מצריים אנשטאט מצרים, אדער הרן אנשטאט אהרן, וואס ער האט צוגעלייגט אדער אויסגעלאזט א אות, איז דער גרא מפקפק מחמיר צו זיין, אבער מיר נעמן אהן להקל,
דער דרך החיים איז אינגאנצן מיקל, אז דער וואס פירט זיך נישט חוזר צו זיין אין למחות בידו, אפשר אויף דעם האבן זיך פארלאזט גרויסע צדיקים וואס ווי באוואוסט איז געווען אזעלכע וואס האבן געליינט אינגאנצן נישט לויט דעם דקדוק.
ה' תשא ס"ו, תענית אסתר פורים שושן פורים האט מען נישט פארגעלערנט די הלכות, מ'האט געלערנט מענינא דיומא, וואס איז געווארן פארגעלערנט דורך ערעב קרעמער.
האלטן מיר פון פאר פורים סימן קמב סעיף ב, זאגט דער מחבר, וישוב שיש שם מנין, א ישוב וואס סיז פארהאן דארט א מנין, ואין מי שיודע לקרות בתורה כהלכתה בדקדוק ובטעמים, אבער סיז נישט דא ווער סזאל קענען ליינען די תורה, אזוי ווי די הלכה מיט די עברי און די טראפן, אפילו הכי, פונדעסטוועגן, יקראו בתורה בברכה, זאל מען ליינען אהן א טראפן, כהלכתה, פונקט אזוי ווי מ'זאל ווען קענען ליינען מיט די טראפן, די סיבה דערפון איז כדי סיזאל נישט בטל ווערן די קריאה בציבור.
אויב אבער איז נישט דא קיינער וואס קען לכה"פ אויסהערן, אויף אזויפיל ער זאל קענען פארעכטן דעם בעל קורא, מיט עברי וואס איז משנה דעם ענין, וואס דאן איז דא א מחלוקת הפוסקים צו מ'זאל ליינען אזא פאל אדער נישט, פסקע'ט דער משנ"ב און אלע אנדערע אחרונים, אז מ'זאל ליינען אהן א ברכה.
אויב איז דא עמיציר וואס קען אונטער זאגן, זאל ער אונטערזאגן דעם בעל קורא, אבער ער זאל דאס זאגן גענוג שטיל אז דער עולם זאל איהם נישט הערן. (ומפטירין בנביא, און דער רמא לייגט צו אז מ'זאל זאגן מפטיר אויך, ועיין בסמוך ריש סי' קמג, וואס דארט על מיר רעדן איבער ליינען נביא אהן א מנין).
סימן קמג דין אם נמצאת ספר תורה מוטעה, ויתר דיני הספר ובו ה סעיפים.
סעיף א, זאגט דער מחבר, אין קורין בתורה, מ'טאר נישט ליינען קיין קריאה, בפחות מעשרה, ווייניגער פון צען אידן, וויבאלד דאס האט א דין ווי סיי וואסערע דבר שבקדושה, גדולים, דארפן זיין בר מצוה, בני חורין, און נישט קיין קנעכט, ואם התחילו בעשרה, אויב האט מען שוין אנגהויבן ליינען, דאס הייסט מ'האט שוין אנגעהויבן די ערשטע ברכה, אשר בחר בנו, און סיז דאן געווען צען, ויצאו מקצתן, און סיז ארויס א חלק, און סיז נישט קיין חילוק צו זיי זענען ארויס אינמיטן ליינען אדער בין גברא לגברא, אבער דאס איז זיכער א זעקס דארפן בלייבן, גומרים, קען מען ענדיגן די קריאה, אינדערוואכן 3 קריאות יום טוב 5 קריאות שבת 7 קריאות, זאגן חצי קדיש נאכהער, איז א גרויסער מחלוקה צווישן די גדולי האחרונים, מיר פסק'ענען נישט צו זאגן קדיש, אבער מפטיר זאל מען אין אזא פאל נישט מאכן, ווייל דאס האט נישט קיין שייכות מיט די קריאה, די זעלביגע הלכה איז מיט די הפטורה אויב האט מען שוין אנגהויבן זאגן די ברכת ההפטרה, און סיז ארויס מקצתן קען מען צוענדיגן אלע ברכות.
אויף די וואס גייען ארויס גייט ארויף דער פסוק, ועוזבי ה' יכלו, גאט זאל אפהיטן.
עש"ק בה"ב כא אייר לו למב"י
ערב טוב חשוב'ע משתתפים צו די שיעורי הלכה אין די קרעטשמע, אין די סעריע שונה הלכות האלטן מיר אינמיטן פארלערנען שולחן ערוך אורח חיים סימן קמג מיר האלטן ביי סעיף ב'
סעיף ב, זאגט דער הייליגער מחבר אם כתבו כל חומש לבדו, אויב האט מען געשריבן יעדן חומש אפגעזונדערט, דאס הייסט עקסטער בראשית עקסטער שמות א.א.וו., אפילו בגלילה כספר תורה, אפילו מ'האט דאס צוזאמען געדרייט פונקט ווי מ'דרייט צוזאם א ספר תורה, אין קורין בו, קען מען אין דעם נישט ליינען, די טעם רעדן שוין אויס די אחרונים פון די גמרא, אז סיז נישט קיין כבוד הציבור צו ליינען אין נישט קיין געהעריגע ספר תורה,(סיז דא נאך א טעם על מיר באלד רעדן) עד שיהיו כל חמשה חומשים תפורים ביחד, נאר באופן אז אלע פינף חומשים זענען אינאיינעם באהאפטן אזוי וואו אונזערע ספרי תורות.
הגה, לייגט דער רמא צו, והם כתובים בגלילה כספר תורה, אז פארשטייט זיך אז דאס דארף ווערן געשריבן אזוי ווי אונזערע ספרי תורה, אבל בחומשים שלנו, אבער אונזערער חומשים, אפילו כל חמשה ספרים ביחד, אפילו נישט אזוי וואו די חמשה חומשי תורה וואס מיר האבן, נאר אפילו סיז געשריבן אויף קלף לשמה מיט אלע הלכות, נאר סיז א חומש, דאס הייסט סיז געפינטלט מיט די טעמים (לכאורה), אין לברך עליהם, זאל מען אויף דעם נישט מאכן קיין ברכה, (מרדכי סוף פרק הנזקין וס"פ הקומץ ותשובת הרמב"ן סי' קפ"ז וקצ"ט ורבי' ירוחם נ"ב ח"ב ואגור בשם שבולי הלקט ומהרי"ק שורש ס"ח והכל בו ומ"ע פ"ט מה' ס"ת) ובמקום שיש ספר תורה, און אויף א פלאץ וואס איז דא א ספר תורה, ואין ש"ץ הבקי בנגינה בעל פה, און סיז נישט פארהאנען איינער וואס קען ליינען אין די ספר תורה, אויף אויסנווייניג, ראיתי נוהגים, האב איך געזעהן זיך פירן, -דאס מיינט אז דער רמא האלט אזוי להלכה- שהש"ץ קורא מן החומש בנקוד, אז דער ש"ץ ליינט פאר אין דעם חומש, והעולה קורא אחריו מן הס"ת הכשר, און דער וואס איז עולה ליינט נאך אין די ספר תורה, רעדן שוין די אחרונים אויס אז וויבאלד סיז פארהאנען מענטשן וואס קענען נישט נאכזאגן אפילו מ'זאגט זיי פאר, זאל איינער פארליינען אין א חומש פאר דעם בעל קורא, און ער זאל דאס איבערליינען אין די ספר תורה, ווי מיר האבן שוין אויבן געלערנט, דארף מען אכט צו געבן צו אונטערזאגן שטיל.
דאס וואס מיר האבן איצט געלערנט אין מחבר, און אזוי פסק'עט אויך דער רמא, אז מ'זאל נישט מאכן א ברכה אויף א חומש, נאר אויף א ספר תורה כשרה, איז א גרויסע מחלוקה, לויט דעם טעם וואס מיר האבן אויבן געלערנט, אז דאס איז מפני כבוד הציבור איז דא אזעלכע וואס האלטן אויב דער ציבור איז מוחל זאל מען מעגן ליינען געהעריג מיט א ברכה, די צווייטע טעם איז אז כדי דער ציבור זאל זיך נישט פילן באקוועם און זאלן שאפן א ספר תורה, לויט ווי סיקוקט אויס האבן די מחבר און רמא, אנגענומען דעם טעם, וואס לויט דעם העלפט נישט מחילת הצבור.
אויב האט מען נישט קיין ספר תורה, זאל מען ליינען אין א חומש, -לכתחילה א חמשה חומשי תורה- אהן א ברכה סיי די סדרה און סיי דעם מפטיר.
סעיף ג זאגט דער הייליגער מחבר, אפילו בכפרים שאין נמצא להם ס"ת כשר, אפילו אין די דערפער, וואס סיז נישט פארהאנען קיין כשר'ע ספר תורה, דהיינו סיי די וואס מיר האבן געלערנט אין סעיף ב', און סיי אז זיי האבן יא א ספר תורה נאר סיהאט א פסול, אין מברכין עליו, קען מען אויף דעם נישט מאכן קיין ברכה, אין סעיף ד' וועל מיר זעהן מער באריכות דעם דעת הרמא איבער דעם.