היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » שלום קרעמער...........

שלום קרעמער...........

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1806673

קרעמער » 15/2/2006 01:11

אלעס האט א שיעור, און די נייע מאדע פון היידפארק מיר צו באגריסן יעדן טאג מיט אזא סמיילי (פאלשע שמייכל) און מיר זאגן "שלום קרעמער, אין לך הודעות חדשות בתיבה האישית" נעמט מיר ארויס פון די כלים.

נישט גענוג אז איך בין אנגעזעצט מיט דעם וואס איך זעה נישט 1 הודעה חדשה ווען איך קום אריין אין פארק, מוזט איר מיר נאך גיסן זאלץ אויף די וואונדן און טשעפן ... הע הע מר. קרעמער... קיינער איז נישט אינטערסירט אין דיר ... כא כא כא דיין פאסט קעסטל איז ליידיג...

דיפלאמאט » 15/2/2006 03:20

איך שיק דיר שוין אריין עפעס...

קרעמער » 15/2/2006 06:02

יישר כח דיפלאמאט;

דו ביסט פון די חברה וואס פארשטייען א ווינק

משנה_למלך » 15/2/2006 08:38

קום אריין דורך מסורת וועט דיר קיינער גארנישט דארפן שיקן [בילד – נישט אפגעהיט]

פענסטער » 17/2/2006 00:57

משנה;

זעהט אויס אז די בעלי בתים פון הייד-פארק האבן געזען וואס די האסט געשריבען האבן זיי עס אנגעפאנגען ארויפצולייגען אויך פאר אלע מסורת באזוכער. שלום פענסטער, יש לך 1 הודעה חדשה בתיבה האישית

whats_up » 17/2/2006 16:46

קרעמער

אז די ווילסט קענסטו גיין צו שוני פרטים און נעם אראפ די טשעק ביי הצג שם משתמש בראש הדף, וועסטו נאר זעהן

שלום, אין לך הודעות חדשות בתיבה האישית