היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » צוקער אויף די שניי , שנעל שנעל ! !

צוקער אויף די שניי , שנעל שנעל ! !

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1807578

משנה_למלך » 15/2/2006 19:18

איך קום היינט צופרי אריין אין מיין אפיס, איך פאל אריין אין מיין
באקוועמען פאטעל, אויסגעצירט מיט בורגענדי לעדער און גאלדענע
קנעפעלעך ארונגס און ארום, ווי שטענדיג ווארט מיך היינט אויך אפ אן
איבערראשונג, די 311 האטליין האט קלאר געמאלדן אז פון מארגן אן
איז די אלטערנעט סיייד פארקינג רעגלאציעס צוריק אריין אין קראפט,
דאס הייסט אז די "זאלץ" האט געטון דאס זייניגע, און די שניי האט זיך שוין
מער ווייניגער לויט זיי צולאזט, פאר אונז עמך אידן מיינט דאס מער טיקעטס.

איז חברה לאמיר דאס באקעמפן !! ווער עס האט נאר הענט און פיס
לאז זיך נעמען גיסן "צוקער" אויף די שניי, כדי עס זאל זיך האלטן וואס לענגער !!

מוז נישט זיין 'התאחדות צוקער'
דאמינא איז פונקט גווט...

התאחדות » 15/2/2006 19:26

אזוי?! מוז נישט זיין צוקער פון התאחדות? הממממממממממממ.

whats_up » 15/2/2006 19:30

איך האב נאר ספלענדא
איז דאס אויך גיט?

קרעמער » 15/2/2006 20:48

משנה למלך;

לויט ווי דער שו"ת הלכות קטנות איז מבאר אז מען קען אויך זאלצן פלייש מיט צוקער, קומט דאך אויס אז צוקער טוט די זעלבע פעולה ווי זאלץ, וועסטו גארנישט אויפטאן מיטן גיסן צוקער. (שוין יוצא געווען אויך דעם שונה הלכות פון היינט?).