היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » העלפט ארויס מיין חבר מיט גוטע קליפס

העלפט ארויס מיין חבר מיט גוטע קליפס

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1814429

קרעמער » 20/2/2006 21:21

דא האנדעלט זיך פון מיינס א נאנטע ידיד וואס האט לעצטנס געזען די "בוני עולם" קליפ, און עס איז אים זייער שטארק געפאלן געווארן, ער האט עס אהיימגענומען און געוויזן אין שטוב, זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז אויפגענומען געווארן אין שטוב מיט די זעלבע געפעליגקייט, ווייל ווי-נישט-ווי איז דאס א כשר'ע אויסגעהאלטענע - שוין נישט צו ערווענן 'עמאציאנעלע' - קליפ.

יעצט ווענדט זיך מיין חבר צו מיר אז איך זאל אים ארויסהעלפן אויפזוכן און פארשאפן קליפס וואס זענען פון דעם נאטור, אין אנדערע ווערטער: הונדערט פראצענט כשר און אויסגעהאלטן, וואס זענען ראוי אהיימגעטראגן צו ווערן צו אן אשת חיל מי ימצא וואס איז נישט אינטערסירט און קען נישט קוקען אויף קיין אומהיימליכע סחורה.

אלזא, ווער עס האט אזא סארט קליפ ביי זיך וואס איז גוט פאר אלע אוידיענצן, זאל מוחל זיין אהערברענגן א לינק, אדער עכ"פ מזכיר זיין דעם נאמען פונעם קליפ און מען וועט דאס פרובירן צו פארשאפן.

העלפט מיר ארויס איך וויל ארויסהעלפן מיין חבר וואס וויל ארויסהעלפן זיין שטוב... און רופט אייך אן ווארעם צום אפיל.

קרעמער » 20/2/2006 23:10

http://video.google.com/videoplay?docid=-6578038983951913814&q=lipa ער זאגט אז דאס איז נישט גוט, נו ווער האט עפעס בעסערס.

קרעמער » 20/2/2006 23:16

סאטמארע פראטעסט אין וואשינגטאן די.סי. שנת תש"מ
http://video.google.com/videoplay?docid=-648656475948168397&q=yiddish

קרעמער » 20/2/2006 23:50

א ברית מילה, מיט די סעודה און די הרחמן'ס (אינו מוגה)
http://video.google.com/videoplay?docid=3045555672360087228&q=jewish

קרעמער » 20/2/2006 23:54

בעאהאבת לרעך כמוך זה כלל גדול כמוך

נאך איין קליינע ניגון...

http://video.google.com/videoplay?docid=1458181844789354861&q=jewish

נאטורליך » 21/2/2006 00:01

איז פארהאן א וועג דאוןלאודען די גוגעל ווידיאוס?

שנאפס » 21/2/2006 00:20

<cellspacing="1" cellpadding="1" height="50" width="185">



יא! מען דריקט די דאוןלאוד קנעפל...



תוקן על ידי - שנאפס - 21/02/2006 0:25:03

liliputti » 21/2/2006 01:02

 

תוקן על ידי - liliputti - 21/02/2006 1:00:59

צייטליך » 21/2/2006 01:38


עס איז דא די באקאנטע סייט "דזשואיש צענטער אנליין"
וואס איך מיין אז עס איז זייער אויסגעהאלטן [ס'הייסט דאך דזשואיש-אידיש]
און פין דארט קען מען דאונלאדען א היבשע-פאר שיינע און אינטערעסאנטע קליפס.

[קען זיין אז מ'רעדט שוין דא נאכן קוקן די אלע קליפס, אויב יא, זייטס מיר ביטע מוחל]

דא האט איר דאס
http://jewishcenteronline.com/