שמועס איך אזוי מיט מיין חבר מנעיריו, פלוצלינג שפאצירט דורך א יונגערמאנטשיק. מיין חבר נעמט זיך ווארפן בליקן אויף דעם יונגערמאן, ווי ער וויל מיר וואונקן אז ער האט עפעס צו זאגן וועגן דעם יונגערמאן נאר ער ווארט פשוט אז דער אינגערמאן זאל זיין ווייט א שטרעקע, ער זאל נישט הערן וואס ער רעדט וועגן איהם, נאכן זיכער מאכן אז דער אינגערמאן איז נישט אונעם תחום, שפיץ איך מיך אן די אויערן, און איך ווארט צו הערן מיט נייגער וואס גייט שוין פאר מיט דעם אינגערמאן, פרעגט מיין חבר שטילערהייט, זיינע אויגן ווארפן נאך צוריק צו זיכער מאכן אז דער אינגערמאן זאל נישט הערן און פרעגט "מיט וועם איז ער געווען חתונה געהאט???".
ענטפער איך: איך ווייס נישט, איך קען נישט דעם אינגערמאן, און איך וואונטש איהם אסאך הצלחה.
פרעג איך: וואס? די קענסט איהם?
ענטפער: נישט עכט.
נו וואס יא? איז ער דיין קרוב?
ניין
דיין ווייב'ס קרוב?
ניין
דיין שכן?
ניין
ביסט א שדכן? ווילסט איהם ארויסהעלפן?
ניין
ווילסט איהם ארויס העלפן פינאנציעל?
ניין
נו וואס פאר א שווארץ יאר גייט דיך אן וואס גענצליך א פרעמדע איד'ס צרות זענען?????
פאר דיין פלעזשער???
מיינטס נישט, יעדע 3טע ווארט איז געווען "נעבעך, נעבעך"
ענטפער איך: איך ווייס נישט, איך קען נישט דעם אינגערמאן, און איך וואונטש איהם אסאך הצלחה.
פרעג איך: וואס? די קענסט איהם?
ענטפער: נישט עכט.
נו וואס יא? איז ער דיין קרוב?
ניין
דיין ווייב'ס קרוב?
ניין
דיין שכן?
ניין
ביסט א שדכן? ווילסט איהם ארויסהעלפן?
ניין
ווילסט איהם ארויס העלפן פינאנציעל?
ניין
נו וואס פאר א שווארץ יאר גייט דיך אן וואס גענצליך א פרעמדע איד'ס צרות זענען?????
פאר דיין פלעזשער???
מיינטס נישט, יעדע 3טע ווארט איז געווען "נעבעך, נעבעך"