היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » איך בין היינט געוואויר געווארן אז

איך בין היינט געוואויר געווארן אז

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1817161
בלאט: 1 2

קרעמער » 22/2/2006 20:38


די פרייז פון א פעקל ברויט איז געשטיגן צו $2.25

הצלה2006 » 22/2/2006 20:45

קרעמער די מאכסט מיר לאכן[בילד – נישט אפגעהיט]



זעיט אויס אז ביז היינט האט די רעבעצין פון דיין דארף געבאקן פארן קרעשמע היימישע פרישע ברויט.

קרעמער » 22/2/2006 20:55

פארוואס מאך איך דיר לאכן? דו ביסט דער וואס מאכט דעם איבריגן קוואדער?

האב איך שוין לאנג נישט געקויפט קיין פעקל ברויט, קען זיין, אבער די לעצטע מאל איך האב געקוקט אויפן פרייז איז עס געווען 2 דאלער.

נאטורליך » 22/2/2006 22:09

איך בין אויך היינט געוואור געווארען

קרעמער » 23/2/2006 01:12

.. איך קען ווערן דיזי פון געבן אביסל בלוט (מער פרטים אין די בלוט-דרייוו אשכול המכונה "וויליאמסבורגער מיטגלידער קומט מיט מיר").

שלמה_זלמן » 23/2/2006 01:57

דא אין מאנסי קאסט א "פראנקס ברויט" צווישן $159 און $219, געוואנדן וואו דו קויפסט עס. קליין'ס מינימארקעט בעט $219, אלל פרעש בעט $159 און אלע אנדערע בעטן ערגעץ אינצווישן. שלמה זלמן

קרעמער » 23/2/2006 05:30

שלמה זלמן;

אפשר ווענדט זיך דאס אויך ווען דו קויפסט דאס? אין אנדערע ווערטער, אויב עס איז היינטיג אדער נעכטיג (איך גלייב אז נישט, ס'נישט מסתבר, אבער ס'איז אויך זייער אינטערסאנט אז די זעלבע לאבל ברויט זאל קאסטן א דיפערענץ פון 60 צענט ארויף אדער אראפ).

אגב, ווייסט איינער אויב אלל-פרעש פון מאנסי און פון וויליאמסבורג האבן א שייכות?

TOTHETHING » 23/2/2006 20:13

קרעמער » 6/3/2006 03:13

.. א כלל גדול אין גוגעל טאלק

געוואויר געווארן אין א געשפרעך מיט יענטאאש ני"ו

ווען איך "טייפ", שרייבט זיך אויף ביי יענעם "יאנקל פאדראטשיק איז טייפינג".

אויב איך שטעל זיך אפ אינמיטן טייפן, איידער איך דרוק "ענטער", דאן שרייבט זיך אויף "יאנקל פאדראטשיק העס ענטערד טעקסט".

יישר כח ערעב יענטאאש פארן אויפקלערן די מאדנע ערשיינונג וואס איך האב נישט פארשטאנען ביז היינט.
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

דיפלאמאט » 6/3/2006 05:10

עס האט גענומען אביסל צייט איך זאל געוואויר ווערן וואס דו טוהסט אז עס זאל זיך אויפשרייבן די מאדנע ווערטער.

און וואס מיינט דאס?

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:NAMESPACE PREFIX = O />

קרעמער » 6/3/2006 06:05

דיפלאמאט;

די מאדנע ווערטער האב איך נישט געשריבן, דאס איז געשען פון זיך אליינס, ווייל די פאר שורות האב איך זיך פארגעשריבן שוין פאריגע וואך, נאר היידפארק איז געגאנגען שלאפן פונקט ווען איך האב געוואלט שיקן די תגובה, האב איך געקאפיט די פאר שורות קיין ווארד, יעצט ביים איבערשיקן פון ווארד, איז פון זיך אליינס ארויפגעקומען די פאר מאדנע ווערטער, ואתכם הסליחה.

TOTHETHING » 8/3/2006 22:09

I JUST FOUND OUT THAT THE MECHABER PASKENS THAT THE SUN IS RED

-HILCHOS NEDURIM

cano » 12/3/2006 23:04

אז דער קרעטשע ניצט די אר''י זייגער

BTY עס דערמאנט פין א געווסע רבי וואס פלעגט נישט ריקען זיין זייגער ווינטער אין זימער וויל עס איז אן עיר הנדחת ווייל עיר איז אין עברית א זייגער (איי עס איז ענדערש זיך ביקען 100 מאל צי די ע''ז וואו רעדן איין ווארט עברית? א קשיא אויף א מעשה) אין ער האט זיך אלץ געווינדערט אז זיינע חסידים קימען אלץ אן א שעה שפעטער וואו אפגעשמיסט

חי_וקים » 12/3/2006 23:56

ילמדינו הרב חנה וואס מיינט דאס "עיר איז אין עברית אזייגער"

cano » 13/3/2006 00:00

עיר אין עברית איז טייטש זייגער האט מיין מלמד ר' בעריש ל. געזאגט ווען ער האט פארציילט די גרויסקייט פין יענע רבי' ווען ער האט אים געמאכט כביכול פאר גאט

חי_וקים » 13/3/2006 00:15

אפשר ווייס איך נישט וואס הייסט א זייגער אבער עיר אין עיברית מיינט א האקס

קרעמער » 13/3/2006 00:40

קנאי;

דיין מלמד האט מסתמא געקענט עברית אזוי ווי איך קען דעניש, ער האט אודאי געמיינט צו זאגען אז "אוהר" אין דויטש איז א זייגער, ממילא קומט אויס אז א פאריקטע זייגער איז אן "אוהר" הנדחת.

קרעמער » 13/3/2006 00:41

איך בין היינט געוואויר געווארן אז די פירמע DOVE (וואס פאבריצירט זייף) פאבריצירט אויך טשאקאלאדע.

פישפקלדיין » 13/3/2006 01:12

און איך בין היינט געוואויר געווארן אז - אז אין סאוט אזיע (צווישן כינע און אינדיע) אויב מען עסט נישט פאר א שטיק צייט (אזא מין תענית אסתר אריכתא) ווערט מען א... בָּאטָא...

שנאפס » 13/3/2006 09:14

גענוג איז גענוג יעצט קומט עס. דו באנדיט/סאדיסט פון פישקלאדיין, זיי שוין מתקן דיין תגובה, נעם אראפ די ליידיגע חלק. אידן דארפן זיך מוטשענען צו סקראלן א גאנצע פעידזש ווייל דו האסט געחלומט אז איינער גייט זיך קיצעלן צו לאכן? אויף אן אמת געזאגט איז דיין תגובה בכלל נישט אינטערסאנט און קומט נישט אריין דא אין קרעטשמע. ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט וואלט מען דיר אנגעכפט ביים אויער און דיר ארויסגעטראסקעט פון פאָרעווער. "אפילו די גוים טוען דאס נישט"

גראף » 13/3/2006 12:00

שנאפסעלע

גוד דזשאב!

I SOMEHOW HAD A FEELING THAT THIS WILL COME...

קרעמער » 13/3/2006 17:25

איך בין היינט געוואויר געווארן אז עס איז דא אזא זאך ווי א K-TURN

ביז היינט האב איך נאר געהערט פון א U-TURN

יאנאש » 16/3/2006 02:50

קרעמער;

זאג מיר ווען די באקומסט דיינע לייסענס, איך ברויך פשוט וויסען ווען אראפצוגיין פון די סיידוואלק.

קרעמער » 16/3/2006 04:50

יאנאש;

הייסט דאס איז ביז יעצט דרייווסטו אויפן סיידוואלק? קיין וואונדער אז איך שפיר זיך לעצטנס רואיגער אויפן גאדער ווי אויפן סיידוואק.

heimishjew » 16/3/2006 05:54

[בילד – נישט אפגעהיט]קרעמער

3x0 » 16/3/2006 16:50

קרעמער,

מען קען עס אויך רופן three point turn.


איך ווארט נאך געוואר צו ווערן פארוואס יאנאש האט אזוי ליב צו טשעפענן מיט קרעמער.

יאנאש » 16/3/2006 21:27

3x0;

ווי לאנג פלאנסטו צו ווארטן???

היימישע;

יאנאש האט נישט געכאפט קרעמער'ס וויץ, אבער יאנאש זעהט אז די האסט יא, איז אפשר ביזטו עס מסביר פאר יאנאש'ן.

התאחדות » 17/3/2006 21:13

רבותי אמרתי אחכמה והוא רחוקה

איך בין היינט געוואויר געווארן אן אינטערסאנטע זאך איבער גוגל טאלק, מ'קען זיין אויף איינמאל אריינגעסיינט צום זעלביגען יוזער נעים, 10 מענטשן אויף איינמאל אויב נישט מער, און וואו אויך קען מען פון איין קאמפיוטער זיין אריינגעסיינט צו צענדליגעער יוזערס און מ'קען רעדן צו זיך אליינ'ס און מ'קען נאך מאכן א קאפרענס אויך מסתמא.

נאטורליך » 17/3/2006 21:44

איך בין היינט געוואויר געווארען אז א טיקעט ביי א אפגעלאפענער מיטער איז פינף און דרייסיג דאללאר.
זעהט מיך דארט א טיכטיגער אינגערמאן (מיט אסאך שליסלען אויפ'ן פאסיג) ווי איך שטיי א באדראפעצטער באטראכטענדיג דעם פרישען קוויטעל. זאגט ער מיר, "פייט" עס דורכ'ן אינטערנעט און שרייב אז דער מיטער איז א "פעסט מיטער" און בעז"ה וועט מען עס "דיסמיסען" ונזכה ונחי'.
כ'וועל אייך בלי"נ מודיע זיין למזכה את הרבים.

פעדעקס » 20/3/2006 16:59

איך בין היינט געוואור געווארן אז CRC איז Chicago Rabbinical Council נישט התאחדות הרבנים...

סאכדעס » 20/3/2006 17:02

נו באדעי איז דאס נישט התאחדות הרבנים, דאס איז פלעין 'התאחדות'

קרעמער » 21/3/2006 02:54

איך בין היינט געוואויר געווארן די גוגעל אדרעס פון FEDEX און געכאפט א שמועס מיט אים.

יגרסהדותא » 21/3/2006 16:49

איך בין היינט געוואר געווארן אז קרעמער ניצט נאך זיין "גוגל טאלק". די לעצטע צוויי חדשים איז ער מער נישט דארט פארמיטאג.

עס וואלט געווען גאר א פאסיגע זאך ווען איינער קען מעלדן וועלכע שעות "קרעמער" ניצט זיין גוגל טאלק.

*

איך בין היינט געוואר געווארן אז א שיינער יוד שעמט זיך מיט זיין מקוה קארטל! ער איז געגאנגן צוגעגאנגן צום מאשין, זיך אויסגעדרייט, און געמאכט די מאשין זאל סקענען פון זיין "בעק פאקעט" דארט ווי דאס בערזל ליגט. איך האב אזוי געלאכט.

איך בין שוין אינאיינוועגס היינט געוואר געווארן צו וואס ס'ליגט דארט די VDO קעמרא.

*

איך בין היינט געוואר געווארן אז ס'איז א גרעסערער הידור צו צינדן ליכט "ביים פלאץ" ווי מ'דאווענט. היינט כ"א אדר, ר"ר אלימלך'ס יארצייט, האט איינער אנגעצינדן דעם ליכטל לעבן זיין טו"ת בייטעל, זעהט אויס אלטס זכר צו "לחם עוני" שעונין עליו דברים הרבה.
ר"ר אלימלך זאל זיך שוין דערבארעמען אויף דעם יוד און אים שענקן וואס ס'פעלט אים...

קרעמער » 21/3/2006 16:58

יגרסהדותא;

דיין שילדערונג האט מיר אויך געקאסט א לאך... איך פארשטיי אבער נאכנישט געהעריג די מעשה, דער איד האלט די בערזל אינעם הונטערשטן טאש פון די הויזן, יא? אויב אזוי, האט ער לכאורה געברויכט זיך אויפשטעלן אויף א בענקל כדי די מאשין זאל אויפכאפן דאס קארטל, ניין?

בנוגע די "גוגעל-טאלק", האסט דאך נישט פון מיר געפרעגט, לאז איך טאקע איבער פאר אנדערע דאס ענטפערן.

יאנאש » 21/3/2006 18:16

קרעמער;

זעהט אויס אז יגר נוצט אן אנדערע מקווה ווי דיר, איך האב שוין געזעהן א מקווה וואס איז ריטשעבל פונעם בעק פאקעט.

ביי די וועי, קען איך טאקע ארויסגעבן דיינע שעות דא אין פאבליק?

קרעמער » 21/3/2006 19:49

y not

גרויזאמער » 18/5/2006 04:37

...אז ווען מען לייגט ארויף אויף א סי.די. א ווארד פייל, און נאכדעם לייגט מען עס אריין אין סי די פלעיער וועט עס נישט איבערזאגן די גאנצע ווארד פייל. נאר די ווייסע חלק פון די פייל. כ'האב אנגעקאלט סאני פרעגן די באדייט, זאגן זיי מיר אז די פלעיער האט נאר ווארד 95 און די פייל האב איך געמאכט אויף 2003. ... אז ווען קרעמער איז ליידיג גייט ער ארום טשעקן צו יעדער ערפילט זיין תפקיד בשלימות. ער האט מיר אריינגעגעבן אזא פָסק פארן פיטערן מיין הונטעלע אז די ווענט האבן זיך געשאקלט. "היינט דארף מען פארהאנדלען מיט איראן! אז דו ווילסט נישט גיי כאטש העלף יאנאשן, נישט פארבריינג די צייט! (מ'טשיינס געזאגט) אוקיי?

קרעמער » 18/5/2006 05:22

גרויזאמער;

איך האב געליינט און איבערגעליינט די ערשטע מורא'דיגע ידיעה וואס דו ביסט היינט געוואויר געווארן, און זיך שטארק געמוטשעט צו פארשטיין די פשט פון דיינע רייד, ביז איך האב געזען דעם צווייטן האלב פון דיין תגובה, האב איך שוין פארשטאנען כמעשהו בשני כך מעשהו בראשון, הוידעל בוידעל לאקשן מיט קעטשאפ.

======

איך בין היינט געוואויר געווארן אז די DOME העכערן HSBC באנק אין וויליאמסבורג, האט מגן דוד'לעך אויף די פענסטערלעך ביים דאך (זיי האבן מיר געלאזט אזוי לאנג שטיין אין די ליניע, אז איך האב זיך גענומען קלאצן אויפן דאך, וזה פריה).

אויך בין איך היינט געוואויר געווארן אז עס איז פארהאן אזא זאך וואס רופט זיך SELECTIVE SERVICES, איך בין אראפגעגאנגען אין פאסט אפיס בשליחות פון א חבר אפצונעמען אזא סארט רעגיסטראציע קארטל פאר די אויבנדערמאנטע פראגראם, פרעגט מיר נישט וואס דאס איז פונקטליך, ווייל איך ווייס אויך נישט, איך בין נאר געווען א שליח לקבלה, נישט להבנה.

נאך איין זאך בין איך היינט געוואויר געווארן, אז דער 'גרויזאמער' האט נאך א ניק! פרטים לא יבואו.

גם_זו » 18/5/2006 11:12

היינט געוואר געווארן אז איך וויל אריין שרייבן די קומענדיגע פוינטס (נקודות) וואס איך האב זיי שוין געוואוסט פון אמאל אין דעם אשכול.


1) די זוהן (חמה) איז נענטער צום ערד קוגל ווען זי גייט אדורך איבער ארץ ישראל.

2) די לבנה דערנעטערט און דערווייטערט זיך צום ערד קוגל עטליכע מאל אין אפארלויף(במשך) פון איין טאג.

3) די ערד קוגל שטייט און די זון דרייטזיך.

_________

קרעמער,

דארפ'סט זיך נישט אנצולדיגן אף דעם וואס דו האסט געקלאצט אין דאך, ס'איז לכתחילה אזוי (ככתוב דע מה למעלה ממך,) נא דען אין אזא דור מבול איז דאס דער איינציקסטער זייט אף דער וועלט וואס איז נאך געבליבן ריין (אויך נישט אלע מאל). תוקן על ידי - גם_זו - 18/05/2006 11:20:19

SINGER_73 » 18/5/2006 16:47

Kramer

since your last comment in this ashkol bred went up 4 sents,i paid yesterday $2.29 !!!!!

but its still cheaper then gas...or milk

SINGER_73 » 18/5/2006 16:49

i meant to write since your FIRST comment

קרעמער » 18/5/2006 17:07

גמזו;

ווען דו וואלסט געזען ווי שטויביק די דאך פון אט דעם באנק איז, וואלסטו נישט געזאגט אז דאס איז די איינציקע ריינע פלאץ אויפן פלאנעט (ערד קוגל).

עס איז געווען אזוי שמוציק, אז דער שחור וואס איז געשטאנען אין די רייע אונטער מיר האט געבליטשקעט דערקעגן.

mefikel » 18/5/2006 23:37

אז...............


טאטעניו איז טויט מעשוגע!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!




[בילד – נישט אפגעהיט]

טאטעניו » 18/5/2006 23:42

איך זייער פארבראכן, אונד געקלאפט, אויף דיעזען שארפע רייד פון מפוקל'ס

[בילד – נישט אפגעהיט] 

2.825 תוקן על ידי - טאטעניו - 18/05/2006 23:44:10

קרעמער » 19/5/2006 01:32

אז מפוקל קען ארויסגענומען ווערן פון די גלייזן...

mefikel » 19/5/2006 16:23

קרעמער,

השתא דאתית להכא, אז די ביסט שוין יא געוואור געווארן דעם סוד, בעט איך דיר האלט עס ביי דיר, מאך א שווייג!

COPY?

קרעמער » 19/5/2006 16:31

ROGER

mefikel » 19/5/2006 16:58

ישר כחך, קרעמער!

[בילד – נישט אפגעהיט]

{באגב, דיין לעצטע תגובה, דערמאנט מיך פון טאטעניו'ס אשכול מיט 38 תגובות אינטער א האלבע שעה!}

[בילד – נישט אפגעהיט]

kraitchmer » 7/2/2008 08:05

אן אינטערסאנטער אשכול ארויפצוברענגן      

יגרסהדותא » 29/7/2008 17:10

איך בין היינט געוואר געווארן אז: מ'איז קיינמאל נישט פארזיכערט אויף א פלאץ, איך זיך א "מקובל" וואס זאל מיר פליז פאראויסזאגן ווי "קרעטשמע" גייט זיין 50 יאר ארום, איך וויל זיך דארט "שוין" באקוועם מאכן 
בלאט: 1 2