לאמיר כאפן דעם ראש הקהל ביים ווארט פאר ער האט חרטה (ווי שטענדיג).
מיר פראקלאמירן אז עס גייען פארקומען וואלן פאר די ראש הקהל'שאפט פונעם דארף.
ווער עס וויל קאנדידירן,
זאל אריינגעבן די פאפירן!
אזוי ווי איך האב ליידער היינט נישט קיין שום אפיציעלע שטעלע אין די קרעטשמע, שטעל איך ארויס מיין ניק צו קאנדידירן פאר ראש הקהל!
נא אויף וואלן בין איך גרייט............
פאר וועם זאל איך שטומען???
הא??
גיבט א עצה פאר א יודישע מאן.
איך טו אינדארסירן פאר ראש הקהל
אונזער הויכגעשעצטער,פאפולערער,
אנגעזעהענער, מכובדיגער, קוואליפיצירטער,
און ווייסעך'וואס'נאך'ער הרב ר' קרעמער הי"ו.
דערווייל בין איך דער איינציגער קאנדידאט - אידעלע - שטום פאר מיר וועל איך געוואונען מיט א לענדסלייד..
נא איך בין גרייט אויף וואלן ווער איז דא????
רבותי!!!
פאר קרע(טש)מער טייערע....
איך שטום פאר אונזער אלעמען בליבטער קרעמער
איך בין איבערגענומען... אזויפיל מענטשן שטומען פאר מיר? איך טרייסט זיך אז עס איז נאר איין מענטש מיט צענדליגער ניקס.
אהההההההההההה!!
קרעמער איך האפ איך בין נישט אנגעקומען צו שפעט, איך בין פאר דיר אלל די וועי....
אין איראק איז געווען אמאל א מנהג צו שטומען נאר פאר איין קאנדידאט.
איך שטום פאר 'גראף', מיינער אן אלטער פריינט נאך פון חדשות אנש.
געדענקסט נאך?
אודאי געדענק איך דיפלאמאט, אבער צוערשט ברויך איך ארויסשטעלן מיין ניק אויף די קאנדידאטן ליסטע...
איך דריי זיך לעצטענס דא אין קרעטשמע, ממש א ריזיגע פראיעקט, דער עולם דא זענען דאך יודען וואס זייער גאנצע לעבן איז געמאכט צו מאכן א לעבן, איז לאמיך טרייען איך שטעל מיך ארויס פאר א קאנדידאט, איך וויל לויפן פאר ראש הקהל, דער עולם קען מיך נאכנישט, אבער מיט די צייט וועט עטץ זעהן מיינע גרויסע אויפטוענגן לטובת הכלל והפרט, איך זאג ענק צו אז איך וועל ענק נישט אנטוישן, איך האף אז מ'דארף נישט האבן קיין פעטישאנס צו לויפן.[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער עס איז שוין דא א שואל ומשיב?
טאמער נישט שטים איך פאר דיר פאר שו''מ די האסט מיר שוין קלאר געמאכט פארשידענע פארמישענישען,
עֶס פאָר רה''ק דארף איך קודם זעהן אלע נאַמעֶניִס אבער אויב וועט מען דורעך פירען וואלען אן מפרסים זיין די נעמען וועל איך שטימען פאר ه طة غءق زسج
קרעמער;
יאנאש האלט אז עס איז נישט רייט אז די זאלסט געווינען, פשוט ווייל עס איז אייגעפירט בכל העולם אז איינער פון דע אינסייד ווערט פראמאטעד פאר מען נעמט אויף איינעם פון די אטסייד, מיין איך אז היות די האסט נישט קיין פאזיציע דא אינעם קרעטשמע, און יאנאש פארמאגט יא, זאל יאנאש ווערן ראש הקהל, און יאמאלט ווערט אטאמאטיש אפן די שמש פאזיציע, קענסטו קאנדידירן פאר דאס, אבער ראש הקהל "העלל נאו"
די וואך קומען ענדליך פאר די וואלן פאר ראש הקהל, אין ניי קרעטשמע.
כאפט א בליק