היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » הכתרה...

הכתרה...

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1824575

קרעמער » 28/2/2006 22:49

איינער פון די געלונגענע חברי הקרעטשמע האט זיך גענומען די מיה און אויסגעשטעלט א שטיקל נוסח פאר די הכתרה... (נישט אז איך בין שוין מסכים אנצונעמען דעם פאסטן!...) [עס איז געווען מער ווי 100 ק"ב, און נאכן זיך ארומשפילן דערמיט מיין איך אז מען ברויך בארגן דעם דיין'ס פארגרעסערונג גלאז דאס צו קענען ליינען].
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 28/2/2006 22:54

lets try it again
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 28/2/2006 23:47

נאכן ערהאלטן א שרעקליכע בריוו פול מיט סטראשונקן פונעם ראש הקהל פארוואס איך שרייב נישט אז ער איז גאר געווען דער געלונגענער ארטיסט פונעם הכנה צום הכתרה צעטל, קום איך דא בעטן מחילה און מפרסם זיין בשער בת רבים אז אונזער חשוב'ער (געוועזענער) ראש הקהל מוהר"ר יענטאאש איז דער וואס שטייט אונטער דעם צעטל, דער עולם ווערט געבעטן צו פאטשן.

יענטאאש » 1/3/2006 02:59

דערווייל מאך איך הכתרות און קאנסוס'ער, אין דער צייט וואס דער רב אליין הרב קרעמער, טוט סתם אזוי טראכטן און קלערן, צו ער זאל בכלל פורים רב ווערן, ער טוט גאר שטארק טראכטן, איבערצונעמען די ראש הקהל'ישע מאכטן, און מיר פאר די פערל ווערטער בלייבן ביים לעכצן, און מיר קענען נאר האפן און קרעכצן, קרעמער אפשר דאך הייבסטו אן, די דרשות צו זאגן מיט אן ערנסטן פירומ'דיגן טאן, תורות ווערטלעך און מימרא'לעך עס זאל זיך גיסן, און אלע וועלן דערפון געניסן,

קרעמער » 1/3/2006 03:09

איך האב היינט ביינאכט
פארן דיין קלאר געמאכט
אז איך קלער און טראכט
איבער אננעמען די מאכט

מיר האבן דאך א כלל
עס איז ידוע פון חז"ל
אמלך בדביתהו איזל
אויב זי איז מסכים און וויל

גראדע זעה איך זיך שוין פאר
עטליכע מאמרים און תורות אפאר
לאמיר אבער צוערשט מאכן קלאר
וואס איך מעג און וואס איך טאר

יענטאאש » 1/3/2006 03:14

איך פארשטיי נישט די פראגע דהיינע, זא גרויסע זאג קליינע, זאג עפעס, גיב א גרעפעס.

יענטאאש » 1/3/2006 05:15

קרעמער בשמחה בעת ער ערהאלט דעם שטיקל קאנסוס.... (מערקט אויף דעם בארד וואס ער האט געפארבט אויף ווייס לכבוד חודש אדר).........
[בילד – נישט אפגעהיט]

whats_up » 1/3/2006 05:18

נאך א מזל אז די האסט ציגעשריבן די איינגערינגעלטע, ווייל איך געדענק טאקע פון אמאל אז קרעמער האט א רויטע בארד.

whats_up » 1/3/2006 05:19

אוי איך האב מיך פארמישט מיט א צווייטן, נישט קרעמער איז דער מיט די רויטע בארד.