היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » למעשה איז דאס היינט געווען

למעשה איז דאס היינט געווען

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1832859

סאכדעס » 7/3/2006 17:18

דער דאיען באקומט א רוף אויפן טלפון אום 5:54, כ'מיין סיז א געווענדליכע געשעניש, אידן רופן אריין מיט שאלעס, 24 שעה ראנד דע קלאק, אבער דאס מאל איז דאס געווען אן אויסנאם, דער קעניג פון הייד פארק אליינ'ס האט גערופן דעם דאיען, זאל גיין טרינקן א קאפי פאר דעם עלות, -ווי באוואוסט פאסט דער דאיען בה"ב אלע וואך- און דאס איז ממש געווען א חידוש, האב איך געקלערט דאס צו פארציילן אין די קרעטשמע.

jewboy » 7/3/2006 17:26

ביים דיין איז נאר צוויי פר' א גאנץ יאר?

התאחדות » 7/3/2006 17:29

טייערער קעניג כאב נישט פארשטאנען דיין שאלע

jewboy » 7/3/2006 18:08

דער אונטער שאמעש הא געשריבן בה"ב, לויט וויפל איך ווייס איז בה"ב בהר בחקותי, ניין?

קרעמער » 7/3/2006 21:07

היינט איז אפשר מאנטאג אדער דאנערשטאג אויף אייער קאלענדער?

אגב; דער דיין נעמט נקמה זונטאג דינסטאג מיטוואך און פרייטאג, אפגערעדט פון שבת, קיינער זאל נישט אזוי רחמנות האבן אויף דעם וואס ער פאסט בה"ב יעדע וואך. (אגב, אין איין וואך איז ניטא קיין בה"ב, קענסט זאגן אז דו פאסט ב"ה יעדע וואך).