היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » @@@פורים צעטלעך@@@

@@@פורים צעטלעך@@@

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1834122

קרעמער » 8/3/2006 17:19

אין יעדע נארישע קהילה (און וועלכע קהילה איז נישט נאריש?) איז איינגעפירט אז איינמאל א יאר צולאזט מען זיך אפיציעל (אויסער די אומאפיצעלע אויסברעכענישן פון קריגערייען און טענה'רייען אינערהאלב די קהילה וואס שפראצן ארויס דא און דארט, בפרט ביי שלש סעודות און אנדערע זמנים וואס זענען מוכן לפורעניות..), און דאס איז די וואך פון פורים, קיינער ווערט דאן נישט געשוינט, אנגעהויבן פונעם רב ביזן רעבעצין, פונעם שמש ביזן ערל וואס רייניגט די מקוה, אויף יעדן איז דא א גוט ווארט און מען האלט זיך נישט איין פון עס ארויסברענגן בכתב אדער בעל פה.

איך ווידמע דעם אשכול פאר אזעלכע סארט צעטלעך, יעדער וואס באמערקט אזא צעטל אין א שוהל, איז מכובד דאס אראפצורייסן... און אריינסקענען אהער.

יישר כח!

jewboy » 8/3/2006 19:58

דאס האט מיר מיין אלטע קא-ווארקער געשיקט, געזעהן האט ער עס אין וויליטאון.


[בילד – נישט אפגעהיט]