היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » מעג מען שרייבן פורים ווען מ'איז שיכור

מעג מען שרייבן פורים ווען מ'איז שיכור

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1834824

נאר_פריילך » 9/3/2006 04:30

וואס האלט איר אויב איך וועל מיך אנטרינקען פורים און איך וועל זיין שיכור

וואס איז די הלכה מעג איך נאך שרייבן דא אויף הייד פארק?

די שאלה איז איך האב מורא
אז איך וועל זיין שיכור און איך וועל ל"א שרייבן מיין עכטע נאמען און דא אויף הייד פארק איז שרייבן א עכטע נאמען להשמוד ולהארוג

וואס האלטן די דיינים דא אויף הייד פארק?
ווער עס האט א עוצה זאל מיך ביטע דא שרייבן

נאטורליך » 9/3/2006 05:03

אויב הייסטו ווי יענער וואס שיקט מיר יעדען חודש דעם צייטונג "די וועלט" מעגסטו שרייבען פורים.

cano » 12/3/2006 22:55

אויב האסטי נישט בעסער וואס צי טיען פורים שיק מיר דיין אדרעס אין בל''נ וועל איך אריבער גיין מיט משמחי לב צי דיר אהיים אביסעל משמח זיין