היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ווער האט א עשירים ליסטע

ווער האט א עשירים ליסטע

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1840635

יאגעלע » 13/3/2006 23:10

פורים איז דאך די בעסטע צייט אין יאר ווען מען גייט נאך געלט, און די קעשענעס זענען געווענליך אפן.

איז דאך א שאד צו מאכן קליין געלט אין די צייט וואס מען קען אויפטרייבן גרעסערע געלטער אויף איינמאל.

קען איינער אנווייזן ווי מען קען באקומען א ליסטע פון נגידים וואס טיילן זאפטיגע סכומים?


קרעמער » 15/3/2006 18:39

וואס ביסטו נישט געקומען צו מיר? איך האב געגעבן פאר אלע מיינע נאנטע און באקאנטע גאר גרויסע סכומים! פרעגט אייך נאך ביי די וואס זענען געווען ביי מיר דעם נעכטיגן טאג.

יגרסהדותא » 15/3/2006 22:58

"גאר גרויסע סכומים"?

קרעמער, קאם אן, איך בין דאך יא געווען, מ'קען נישט שרייבן "גרויסע סכומים" און געבן א נישטיגן ***.

קרעמער » 16/3/2006 04:46

יגרסהדותא;

אמת אמת, ביסט טאקע געווען ביי מיר, אבער איך האב צוליב דעם טאקע דירעקט געשריבן "פאר מיינע נאנטע און באקאנטע" וד"ל...

אגב, האב איך היינט געגעבן פאר איינעם א מאה'לע, און נעכטן א חמשים'ל, דאס איז אויסער די עטליכע הונדערט דאלער וואס כ'האב דעם פורים אויסגעטיילט. און איך בין נישט אויף די פארבס ביליאנערן ליסטע (דערווייל).

יאגעלע » 16/3/2006 16:53

איך בין פון דיינע נאנטע און באקאנטע?

זאג מיר וויפיל וואלסט מיר געגעבן און איך קום שוין אריבער.