היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » וויקיפעדיע געגרייכט איבער טויזענט ארטיקלן

וויקיפעדיע געגרייכט איבער טויזענט ארטיקלן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1849127

רעדאקטאר » 20/3/2006 15:49

ווער האט געגלייבט, ווער האט געטראכט, ווער האט זיך פארגעשטעלט, אבער עס איז א פאקט.
וויקיפעדיע דער אידישער. לעבט און שטורעמט! עס האלט שוין אזוי ווייט אז אפאר שרייבער האבן
שוין אפגעשטארבן, און די ניקס עפענן זיך דארטן אויף שנעלערן גאַלאָפּ ווי הייד פארק...

אויב זענט איר געשלאפן די לעצטע זיבעציג יאר, איז וויקיפעדיע אחוץ דעם וואס איז א שמועס גרופע
ווי הייד פארק, אויך א קהילה וואס איר גרונט איז אויבן אויף זאמעלן אינפארמאציע, איבער אלעם
וואס האט מיט יידיש.

עס שרייבן דארטן כל מיני משוגעים און נארמאלע. קיינער מאכט נישט דארטן קיין געלט. מען טוט דאס
נאר פאר א האבי צו פארוויילן די ליידיגע צייט.

קומט אריין אהין לכבוד דעם טויזענטסטן ארטיקל און לאזט אייך וואולגיין אויף אייער קי-באָרד,
מען וועט דאס מסתם אויסמעקן אבער דאס איז דאך אויך א דערגרייכונג פאר א קרעטשמע שיכור.

לחיים אידן, מיר זאלן דערלעבן שמחות און נחת ביי אלעמען פון אייך.

yi.wikipedia.org

jewboy » 20/3/2006 19:26

טובה

קרעמער » 20/3/2006 20:15

דזשובוי;

???

shilepic » 21/3/2006 14:45

זשובוי, שלינג אראפ, און רעדט קלאר וואס דו ווילסט? דא האט איר דעם ארטיקל וואס איז דאס הייד פארק? ביטע ווער סקען זאל פארעכטן. מען דארף זיך נישט איינשרייבן צו מעקן אדער צולייגן ווערטער. פלעין הייבט אן איבערטייפן. און סעיווט דאס. כחומר ביד היוצר אן די מינדעסטע אנשטרענגונג. http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%99%D7%99%D7%93_%D7%A4%D7%90%D7%A8%D7%A7

זעמל » 22/3/2006 14:08

דאס איז וואס אונזער באליבטער קרעמער שרייבט אין חדשות אנש, ער רופט דאס "וועקי-פידיע"... http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1851319 "איך זיץ פערצופאל יעצט אויף וועקי-פידיע, און איך הייב נישט אן כאפן בחייכון וביומיכון מאי דקאמר רעבעצין, אדרבה, אפשר העלפסטו מיר ארויס כאפן דעם פארטל.," דער עולם ווערט געבעטן צו הלעפן אונזער קרעמער... אז ער רופט דאס וועקי מוז דאך אים עפעס זייער צושרויפן עפעס אביסל מער צער ווי סתם א שווערע סוגיא. אלע הילף בלעטער זענען דאך דארטן אויף אידיש? אנדערשט ווי היידפארק וואס מקען זיך נישט באכלעפּטשענען נאר איינער וואס קען עיוורית... העם וואס טוט אים וויי אז עס בויט זיך וויקיפעדיע? ווער קען געסן?

זעמל » 22/3/2006 14:25

מיין פערזענליכע מיינונג אז דער בלאט איז דער הויפט מעלה פון וויקיפעדיע, אדער וועקי-פעדיע, קוקט אייך צו ווי עס הערשט א דעמאקראטיע. http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%B0%D7%99%D7%A7%D7%99%D7%A4%D6%BC%D7%A2%D7%93%D7%99%D7%A2:%D7%95%D7%95%D7%90%D7%9C%D7%9F#.D7.96.D7.90.D7.9C_.D7.9E.D7.A2.D7.9F_.D7.A6.D7.95.D7.95.D7.99.D7.A0.D7.92.D7.9F_.D7.93.D7.A2.D7.9D_.D7.A2.D7.95.D7.9C.D7.9D_.D7.90.D7.95.D7.A0.D7.98.D7.A2.D7.A8.D7.A9.D7.A8.D7.99.D7.99.D7.91.D7.9F.3F

סאכדעס » 24/3/2006 05:38

אלס איינער וואס האט שוין פיל ארומגעשוואומען אין דעם וועקי פידיע, טוה איך מחזק זיין דברי ידידי מר קרעמער, אז סיז אין א בחינה פון לא יודע מה קאמר מר, ער שרייבט און שרייבט און ער ווייסט נישט וואס ער וויל, איך קריך אהער און אהין, אויסער משוגע ווערן, -אויב איך בין נאך נישט- ווייס איך נישט און איך פארשטיי נישט צו וואסערע סיבות דאס איז געשטעלט געווארן.

זעמל » 24/3/2006 14:50

דער סיבה צו וואס דאס איז געשטעלט געווארן איז זייער סימפּל: אז יעדער איינער קען שרייבן דארטן וואס ער ווייסט אויף יעדן ענין אין די וועלט. מען קען קיינעם נישט שטיל שווייגן דארטן. ווילאנג ער שרייבט אמת. עס איז מערקווירדיג אז "וועקי-פעדיע" איז פאר די סיבה דאס 9'סטע מערסטע פאפולערסטע וועב סייט פונעם גאנצן אינטערנעט. איך בין אויך מודה אז די הילף אנווייזונגען דארף נאך א גרויסן תיקון, איך האב דארטן אביסל פאראכטן, וויפל איך קען. און איצט ווארט מען אויף דיר צו פארעכטן וואס דו זעהסט אז עס איז נישט גענוג קלאר. וועקי-פעדיע, איז אפען פאר יעדן איינעם צו פארעכטן און ענדערן, ממילא איז נישט שייך צו קאמפּלענען אז עס איז נישט גוט געשריבן, ווייל אדרבה, קענסט דאך פארעכטן.